פסח זמן חרותינו היו נכונים
פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן
געוועזן געדרוקט אין די צייט ערב שבועות תרצ"ט 1939 אויך היינט 1957 אקטועל.
אזוי דערציילט די אגדה די וועלט האט מורא געהאט, געציטערט, פחדימ'דיק טאמער וועלן די בני ישראל, די וועלכע זיינען באפרייט געווארן פון מאראליש-גייסטיק און פיזישער קנעכטשאפט, ניט וועלן מקבל זיין די תורה, דאן וועט די וועלט חרוב ווערן, צוריק ווערן תוהו ובוהו וחושך על פני תהום, א ווילדער כאאס, אלעס וועט מוזען צוטרייסלט ווערן, אומפאלן, צעבראכן ווערן! חשך, פינסטער און וויסט, א פוסטער ליידיקער חלל. . . נאר אין דעם מאמענט, ווען די בני-ישראל מיט גרויסן הייליקן צוטרוי, אמונה, בטחון און תקוה צו זייער באפרייער מנהיג גואל ומושיע משה, האבן זיי מסכים געווען צו זיין א פאלק מיט א תורה, נביאיש גייסטיקע נשמה ווערטהען, פון אומשטערבלעכקייט, געטלעכקייט מענטשלעך - דאן האט זיך די וועלט בארואיקט, מנוחה'דיק שטיל געווארן, געפעסטיקט, געגרינדעט די יסודות, איינגעשטילט דעם קיום העולם מיט גלויבן און בשותפות'דיקע הארמאניע, גאט-הייט, מענטש, וועלט, פון דעם ערשטן אומענדלעכן אין סוף ביז די ווייטערדיקע אומאויפהערלעכע אנטוויקלונג פון שאפן, שעפונג פון דער בריאה ביז דעם גרויסן טאג פון פאלקאמענהייט, שלימות, אחדות הבריאה והבורא פון בראשית ביז אחרית הימים (עפ"י שבת צ"ז ארץ יראה ושקטה והבן).
און אין דער זעלבער צייט האבן זיך געהערט שטורמען, דונערן, בליצן, קולות וברקים, ימים האבן געברויזט, כוואליעס ווילדע און שרעקלעכע ווי ים לייבן האבן מוראדיק געשטורעמט, אין מדבר האבן ווילדע ווינטן געמאכט ציטערן די בערג, געריסן די הארטע פעלזען, אלטע שטארקע דעמבעס, פעסטע בוימער זיינען פון די ווארצלן אויסגעריסן געווארן, חיות בייזע, אכזריות'דיקע זיינען אין שרעק געווען, זון, לבנה, שטערן און הימעל איז בלאס געווארן, אלעס און אלע האבן געציטערט און די פעלקער האבן מיט גרויס שרעק געפרעגט, ווער ווייסט? אפשר קומט א מבול, א פארפלייצונג אויף דער וועלט, אפשר וויל דער בורא חרוב מאכן די בריאה, די וועלט-שאפונג, און האבן געפרעגט זייער נביא בלעם, דער פירער פון דעמאראליזאציע, אויסגעלאסנקייט, תאוה, טומאה ומדות רעות. ער האט בעל כרחו קעגן זיין ווילן זיי בארואיקט. ניין! קיין מבול, פארפלייצונג וועט ניט דין, די וועלט וועט ניט חרוב ווערן, נאר איצט גיט דער בורא די תורה צו די בני ישראל, די תורה פון לעבן, תורת החיים, יושר שלום, צדק ומשפט. האבן זיך די פעלקער בארואיקט (עפ"י מדרשים קול ד' יחיל מדבר, שובר ארזים, עוז לעמו יתן, יברך בשלום והבן).
און אלעס האט זיך בארואיקט, איינגעשטילט, מנוחה׳דיק אין ערווארטונג אויף דעם פרי מארגען, אויף דעם מאמענט צו הערן די געטלעכע געבאט, עשרת הדברות, די הימלישע שטאטהאלטער ״צבאי מעלה, אלע ברואים, לעבעדיקע און ניט באוועגלעכע, אלעס איז שטיל געווארן, אויך דער שטן מלאך המות, אלעס איז געווארן איינגעהילט אין א הייליקן שטילן שלום גייסט, מיט א ליבלעכע חבר'שאפט אין איינהייטס הארמאניע פון לעבן, בליען און ליכטיקייט ווי די בריאה איז געווען איידער די זינד פון די וועלט האבן זי פארשוועכט, מחלל געווען, און די בני ישראל, נאכן צוגרייטן פון דעם רוף פון משה היו נכונים, אויסגעטון פון גראבע פארלאנגען, דורכגעדרונגען מיט א הייליקן געטלעכן יראת הכבודיקן ציטער - ויחרד כל העם - דערהויבן זיך צו אומשטערבלעכקייט, הימלישעס, אומענדלעכע באגייסטערונג פון שאפן, פון אומענדלעכן לעבן את פאלקאמענע איינהייט (עפ"י מקורים שונים באגדה ובקבלה והבן), האבן זיי געהערט די עשרת הדברות, דעם אנכי, דאס טרייסט ווארט צו דער מענטשהייט, באפרייאונג פון קנעכטשאפט, דער באגריף פון געטלעכקייט (אנכי זה נחמה שנאמר אנכי אנכי הוא מנחמכם, מדרש): ניט צו מאכן קיין מענטשלעכע געטער, קיין זילבערנע, אייזערנע אדער גאלדענע עבודה זרה'ס, פארשידענע כשופ'דיקע היפנאטיזירטע פארבלענדענישן, געדענקן אין א רו טאג, לא תרצח ניט פארגיסן קיין בלוט, ניט זיין אכזריות'דיק, ניט רייצן פעלקער, לא תחמוד, ניט גלוסטן פרעמדע האב און גוטס, ניט פאר'סמ'ען די וועלט מיט גיפט פון שנאה, תאוה, כבוד! הייליקייט פון פאמיליען לעבן, גאנצקייט, סימבאל פון וועלט בנין און וועלט שאפונג, און וואס איז די ווייטערדיקע אויסברייטערונג פון די נביאישע רייד, רוף צו יושר, צדק, שלום, משפט און אנדערע גוטע מענטשלעכע מדות.
איצט ווען די גאנצע וועלט איז ווי א וויסטער מדבר, חיות ווילדע בצורת אדם׳ אן א געטלעכן פונק, געשטארקט דורך דעם מלאך המות רוף צו די אכזריות און אויסראטונג, פארפירט, פארבלענדעט דורך שטן-פירער, דורך אלערליי נארישע עבודה זרה לאזונגען, פון קנעכטשאפט און רציחה, אן א שטראל פון הייליקע ליכטיקייט, אן א ליבלעכע, פריינדלעכע ווארימקייט פון רו, מנוחה, שלום און שטילקייט! די מלוכה פון טויט, פוילקייט, שווערד חורבן, פארוויסטונג, געשטארקט מיט די פאלשע טומאהדיקע בייזע גייסטער אידעאלן פון חניפה, צביעות, שקר, גאטעס לעסטערונג, שענדונג פון דעם מענטשלעכן צלם אלקים, אנגעגאסן מיט דעם סם-וויין פון ערדישע טויט טראפן, פארשלעפערט אין חלומות פון טויט, און געזאנגען ווילדע פון שווארצע ראבען ווילדע פויגעל, יאמערן פון בייזע חיות, און ווילן אלעס חרוב מאכן, א תוהו ובוהו, אלע הויכע ריינע נביאיש-מענטשלעכע פרייהייטס-אידעאלן, קולטור, ציוויליזאציע, פריי הפקר'דיק אויסלעשן אלע פונקען ליכט, אורות פון שלום, יושר, צדק און רחמים. און די וועלט ציטערט, האט מורא פאר א מבול, א פארפלייצונג פון פייער, בלוט און טרערן. עס האלט ביי מקוים ווערן די ווערטער פון נביא די פינסטערניש וועט באדעקן די וועלט, דער נעפעל די פעלקער. . . די זון וועט וועדן פינסטער און די לבנה צו בלוט. . . אלעס מאכט הכנות, אין גרייט צום מבול. . . און דער גורל פון אידישן פאלק, דאס פאלק וואס האט מיט טויזנדער יארן צוריק דער וועלט די עשרת הדברות געגעבן, אויך דעס גרויסן אייביקן משיח אידעאל, די אייביקע מענטשלעכע, נעטלעכע ווערטן. דער גורל פון פאלק איז זער טראגיש, חשך-פינסטער, מיר שטייען איצט צובראכן, דערשראקן פארן נעכטן, ציטערן פארן מארגען, פארלארן. דער גאגצער צארן פון רציחה, פאלשקייט, גאטלאזיקייט, נארישע היפאקריטסטווא, שקרים און שווארצע טעג פון אובמרואיקייט יום הגדול והנורא, פארשעמט, אפגענארט, מיר זען ווי די גאנצע וועלט איז עובר אויף די עשרת הדברות, פארלעצט, געשענדעט די הייליקע געבאטן, אוי! א מבול, א תוהו ובוהו, א חורבן!
היו נכונים! מוזען מיר אויסשרייען. זייט גרייט! אויך די יחידים ביי אנדערע פעלקער, ביי די וועלכע ס'איז נאך ניט פארלאשן דער געטלעכער פונק, ביי אלע וועלכע אין דער טיפעניש פון זייער נשמה איז נאך דא דאס געפיל פון ליכטיקייט, פאר געטלעכן אור, ביי וועלכע עם לעבט נאך דער יראת הכבוד, דער פארשטאנד, גלויבן אין די עשרת הדברות, מוזען זיין גרייט צו נחמה, אמונה אין דער געטלעכקייט און אין דער מענטשלעכער נשמה הייליקייט.
היו נכונים! איר אלע רייכע, זאטע פעלקער, שטאלצע מעכטיק געבויטע מלוכות, שטארקע מדינות, אויך איר אלע קליינע ארימע, נידריקע שטאטן, איר אלע זיגער און באזיגטע, ציוויליזירטע, קולטורעלע, האלב און גאנצע ווילדע, ארימע, שוואכע, רויבער און בארויבטע - זייט גרייט!
היו נכונים! איר אלע פארצווייפלטע, יאושדיקע, אפגענארטע, פארשעמטע און עקספלאטירטע, ווי אויך איר אלע דיפלאמאטן, פאלשע היפאקריטן, פאלשע נביאים, בלעמ'ס, קאמפס-לוסטיקע און מלחמה גערייצטע, האלב משוגעים און פאר'שכור'טע פון טייוועל'ס נצחונות, רויבעריי און אכזריות - זייט גרייט.
היו נכונים! איר אלע וועלט רוצחים, מערדער פון אומשולדיקע, אומבאהאלפענע, רואיקע שטילע, איר וואס האט פאראורזאכט אומגליקלעכע יתומים ואלמנות, פארוויסט לעבנס, פאראומרייניקט נשמות, געשענדעט הייליקייטן, צעבראכן, צושמעטערט און חרוב געמאכט אלעס, מטמא געמאכט הייליקייטן און ריינע אידעאלן - זייט גרייט.
היו נכונים! אידיש פאלק, זייט גרייט. די וועלט צי זי וויל יא צי זי וויל ניט, מוז זי הערן און מקבל זיין די עשרת הדברות, דעם גרויסן משיח אידעאל, דעם אידישן נבואה-גייסט, די מוזן מקבל זיין די עשרת הדברות אויב זיי ווילן ניט ברענגען קיין מבול, פראוואנדלן די קולטור און די ציוויליזאציע אין א תוהו ובוהו און אין א משוגעים הויז. וועלן זיי וועלן וועט דאס דערהערט ווערן דורך שמחה, ערהאבנקייט, שלום-רוף, שופר של משיח, תחית המתים, און אויב ניט וועלן זיי דאס מוזן דערהערן דורך פייער און שווערד, נויט און פיין, שרעק און טויט, בלוט און טרערן (אם תקבלו התורה מוטב ואם לאו שם. . . תהא קבורתכם, שבת והבן) מען מוז זיין גרייט.
היו נכונים! אינערהאלב דעם אידישן פאלק, אין די אידישע פאלקס מאסעסן מוז ווערן געמאכט אלע נויטיקע הכנות, צוגרייטונגען, באשיצונגען, רעטונגס ארבעט. אין די טעג פון דונערן און בליצן און שווערע וואלקענס, לאמיר דין גרייט, געשטארקט אין אחדות האומה, צוגעגרייט, אין אהבת ישראל, געגארטלט מיט בטחון, האפנונג און געשטארקט דורך די נחמה אנכי ווערטער פון די טרייסטער נביאים, גייסטיקע גבורה, משיח אידעאלן, גרייט צו חבלי משיח, מלחמת גוג ומגוג, צו דער גרויסער וועלט רציחה, און צו די משיח גאולה פון דער גאנצער מענטשהייט, ווען די וועלט וועט צוריקקערען צו דעם געטלעכן נביאישן גייסט פון די עשרת הדברות - אנכי, לא תרצח, לא תגנוב. . . יסודות פון שלום, צדק, יושר, חסד, רחמים - זייט גרייט! צום טאג פון וועלט באפרייאונג, היו נכונים.