לדלג לתוכן

פסח זמן חרותינו בריוו א פון הלל צייטלין

פֿון װיקיביבליאָטעק

פסח זמן חרותינו - שער בלאט - - בצאת ישראל ממצרים - - ויהי החצי הלילה - - נאר נישט פארצווייפעלט - - היו נכונים - - חבלי משיח והגאולה - - פנו דרך למלך המשיח - - אל מלא רחמים - - פסח חמץ מצה - - מצה רוח הקדושה - - געזונט העגיענע ריינקייט - - בריוו פון הרב אברהם יצחק הכהן קוק - - בריוו פון הלל צייטלין - - עגל הזהב - אדער - עצמות יוסף - - די לאגע פון די דייטשע אידן


הקדמה צו הלל צייטלין בריוו - - בריוו א פון הלל צייטלין - - בריוו ב פון הלל צייטלין - - בריוו ג פון הלל צייטלין - - בריוו ד פון הלל צייטלין - - בריוו ה פון הלל צייטלין - - בריוו ו פון הלל צייטלין - - בריוו ז פון הלל צייטלין - - בריוו ח פון הלל צייטלין - - בריוו ט פון הלל צייטלין - - די גייסטיקע ירידה


זייער טייערער פריינד - שפעטמאן!

איר שרייבט מיר אזוי פיל, און איך האב אזוי ווייניק שטימונג יעצט צו שרייבן, וואס איז דא צו רעדן? איר זענט דורכאויס גערעכט אין אייערע טענות ומענות, און איין זאך דענק איך גאנץ אנדערש פון אייך איך (ניט לעזבאר) קיין מלחמה אויף דער אידישער גאס, קעמפן קעמפט מען קעגן פיינדלעכע כוחות, אויף דער אידישער גאס, איז אבער יעצט נישט מער ווי א גרויסער חורבן, היינט איז דא נאר איינס צו טוען, בויען, און בויען, און בויען, פון מיטינגען וכו' וכו' האלט איך ניט, מען דארף יעצט נאר זאמלען און פאראייניקן די – שלוש מאות המלקקים (די 300 נביאישע גייסטער - י. ה. ש.) אבער מרא דעלמא כלא, (באשעפער פון דער גאנצער וועלט, - י. ה. ש.) וואו נעמט מען די שלוש מאות המלקקים, איך זוך זיי מיט ליכט און קען די ניט געפינען, אפשר וועלן זיי זיך דורך יבנה אפרופן, (יבנה, א שטרענג גייסטיקע מאראלישע רעליגיעזע באוועגונג פון יחידי סגולה - י. ה. ש.).

קומען קיין לובלין קען איך יעצט ניט, כאטש איך פאדשטיי אליין, אז פאר דער זאך פון יבנה וואלט עס זיין זייער געוואונטשן, ווען איר וועט זיין אין ווארשע פארט צו קיין מיכאלין (פענסיאנט פאלאניא) וואו איך וואוין יעצט וועלן מיר די גאנצע זאך באטראכטן. אפשר קענט איר דערווייל איבערריידן מיט אייניקע מענטשן אין לובלין א זאך וואס מען מוז דורכאויס גרינדען - וואלטן מיר שוין געוועזן אויף א דרך, מען מוז דא ארבעטן מיט אמונה און בטחון ווען ניט וועלן מיר גאר גיט דערגרייכן.

מיט עכטן פריינדלעכן גרוס, הלל צייטלין.

מיין פרוי אסתר און מיינע זין אהרן און אלחנן (אייער אמאליקער תלמיד) ווי אויך בתי רבקה (זי איז שוין יעצט א חתונה געהאטע) גריסן אייך הארציק, הנ"ל.

באמערקונג:
די פרוי אסתר איז אויפן אומשלאגספלאץ נאך טרעבלינקע, ווען די נאצים ימח שמם, האבן זי עוואקואירט איז זי דערביי געשטארבן פון א הארץ אטאק הי"ד.
די טאכטער רבקה אין מאנס נאמען הויכערמאן, איז געשטארבן פאר דער מלחמה, איבערגעלאזט א בן יחיד מיטן נאמען דוד הי"ד, זייער באַגאַבט מיט אלע מעלות איז געשאסן געווארן פון די נאצים די לעצטע טעג איידער דער קאמף איז באפרייט געווארן פון די ימחשמוניקעס,
געבליבן איז ב"ה דער זון אהרן נ"י אין ניו-יארק, ער איז ריכטיק ברא כרעא דאביהו, ער גייט אין די טריט פון זיין גרויסן פאטער הי"ד, במעלות ומדות, א דואג וכואב לשבר עמו, איז א חשובער מיטארבעטער אין דעם מארגן זשורנאל ניו-יארק. זיינע מאמרים ארטיקלן, ווערן מיט ערנסטקייט געליינט פון אלע שיכטען. וזה נחמתו, ונחמת כל תלמידים יהודים ומעריצים של רב הלל צייטלין הי"ד.