לדלג לתוכן

טייטש יהואש שמות פרק ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ (חומש בית יהודה ווערסיע שמות ט)


א און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: קום צו פַּרעהן, און רעד צו אים: אַזױ האָט געזאָגט יהוה, דער גאָט פֿון די עִברים: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען.
ב װאָרום אױב דו װילסט ניט אַװעקלאָזן, און האַלטסט זײ נאָך װײַטער,
ג זע, װעט די האַנט פֿון גאָט זײַן אױף דײַן פֿי װאָס אין פֿעלד, אױף די פֿערד, אױף די אײזלען, אױף די קעמלען, אױף די רינדער, און אױף די שאָפּ; אַ זײער שװערע מגפה.
ד און גאָט װעט אָפּזונדערן צװישן דעם פי פֿון ישׂראל און צװישן דעם פי פֿון מִצרַיִם, און פֿון אַלץ װאָס געהערט צו די קינדער פֿון ישׂראל װעט גאָרנישט שטאַרבן.
ה און גאָט האָט געמאַכט אַ צײַט, אַזױ צו זאָגן: מאָרגן װעט גאָט טאָן די דאָזיקע זאַך אין לאַנד.
ו און גאָט האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך אױף מאָרגן, און דאָס גאַנצע פי פֿון מִצרַיִם איז אױסגעשטאָרבן, אָבער פֿון דעם פי פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז אַן אײנציקס ניט געשטאָרבן.
ז און פַּרעה האָט געשיקט, ערשט פֿון דעם פי פֿון ישׂראל איז צו מאָל אַן אײנציקס ניט געשטאָרבן. אָבער פַּרעהס האַרץ איז געבליבן האַרט, און ער האָט ניט אַװעקגעלאָזן דאָס פֿאָלק.
ח און גאָט האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען: נעמט אײַך אײַערע פֿולע הױפנס אַש פֿון אַ קאַלכאױװן, און משה זאָל עס אַ װאָרף טאָן אַקעגן הימל, פֿאַר די אױגן פֿון פַּרעהן.
ט און עס װעט װערן צו שטױב איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, און װערן אַ גרינד װאָס שלאָגט אױס אין בלאָטערן, אױף מענטשן און אױף בהמות, אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.
י האָבן זײ גענומען אַש פֿון אַ קאַלכאױװן, און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר פַּרעהן, און משה האָט עס אַ װאָרף געטאָן אַקעגן הימל, און עס איז געװאָרן אַ גרינד װאָס שלאָגט אױס אין בלאָטערן, אױף מענטשן און אױף בהמות.
יא און די חַרטומים האָבן ניט געקענט שטײן פֿאַר משהן פֿון װעגן דעם גרינד, װאָרום דער גרינד איז געװען אױף די חַרטומים אַזױ װי אױף גאַנץ מִצרַיִם.
יב אָבער גאָט האָט פֿעסט געמאַכט פַּרעהס האַרץ, און ער האָט ניט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט צו משהן.
יג און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: פֿעדער זיך אין דער פֿרי, און שטעל זיך פֿאַר פַּרעהן, און זאָג צו אים: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון די עִברים: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען.
יד װײַל דאָס מאָל שיק איך אָן אַלע מײַנע פּלאָגן אױף דיר גופֿא, אױף דײַנע קנעכט, און אױף דײַן פֿאָלק, כּדי זאָלסט װיסן, אַז ניטאָ אַזאַ װי איך אױף דער גאַנצער ערד.
טו װאָרום איך װאָלט אַצונד אױסגעשטרעקט מײַן האַנט, און װאָלט געשלאָגן דיך און דײַן פֿאָלק מיט אַ מגפֿה, אַז דו װאָלסט פֿאַרטיליקט געװאָרן פֿון דער ערד.
טז און נאָר דרום האָב איך דיך געלאָזט באַשטײן, כּדי דיר צו װײַזן מײַן כּוח, און כּדי מע זאָל דערצײלן מײַן נאָמען איבער דער גאַנצער ערד.
יז נאָך אַלץ דערהײבסטו זיך אַקעגן מײַן פֿאָלק, זײ ניט אַװעקצולאָזן.
יח זע, איך מאַך רעגענען מאָרגן אין דער צײַט זײער אַ שװערן האָגל, װאָס אַזאַ װי ער איז ניט געװען אין מִצרַיִם פֿון דעם טאָג װאָס זי איז געגרונטפעסט געװאָרן און ביז אַצונד.
יט און אַצונד שיק אַרײַנטרײַבן דײַן פֿי, און אַלץ װאָס דו האָסט אין פֿעלד; יעטװעדער מענטש און בהמה װאָס װעט זיך געפֿינען אין פֿעלד, און װעט ניט אַרײַנגענומען װערן אין הױז, װעט אױף זײ נידערן דער האָגל, און זײ װעלן שטאַרבן.
כ דער פֿון פַּרעהס דינער װאָס האָט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָטס װאָרט, האָט געמאַכט אַנטרינען זײַנע קנעכט און זײַן פי אין די הײַזער.
כא און װער עס האָט ניט געטאָן זײַן האַרץ אױף גאָטס װאָרט, האָט איבערגעלאָזן זײַנע קנעכט און זײַן פי אין פֿעלד.
כב און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט אַקעגן הימל, און זאָל װערן אַ האָגל אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, אױף מענטשן, און אױף בהמות, און אױף אַלע קרײַטעכ(ץ)ער פֿון פֿעלד, אין לאַנד מִצרַיִם.
כג האָט משה אױסגעשטרעקט זײַן שטעקן אַקעגן הימל, און גאָט האָט געגעבן דונערן און האָגל, און אַ פֿײַער איז אַראָפּגעפֿאַלן אױף דער ערד; און גאָט האָט געמאַכט רעגענען אַ האָגל אױפֿן לאַנד מִצרַיִם.
כד און עס איז געװען אַ האָגל, מיט אַ פֿלאַקעריקן פֿײַער אין מיטן האָגל, זײער אַ שװערער, װאָס אַזאַ װי ער איז ניט געװען אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, פֿון זינט עס איז געװאָרן צום פֿאָלק.
כה און דער האָגל האָט אײַנגעשלאָגן אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם אַלץ װאָס אױפֿן פֿעלד, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה; אױך יעטװעדער קרײַטעכץ פֿון פֿעלד האָט דער האָגל אױסגעשלאָגן, און יעטװעדער בױם פֿון פֿעלד האָט ער צעבראָכן.
כו נאָר אין לאַנד גוֹשֶן, װאָס דאָרטן זײַנען געװען די קינדער פֿון ישׂראל, איז קײן האָגל ניט געװען.
כז האָט פַּרעה געשיקט און גערופֿן משהן און אַהרֹנען, און ער האָט צו זײ געזאָגט: איך האָב געזינדיקט דאָס מאָל; יהוה איז גערעכט, און איך און מײַן פֿאָלק זײַנען אומגערעכט.
כח בעט צו יהוה, און זאָל זײַן גענוג די דונערן פֿון גאָט און דער האָגל, און איך װעל אײַך אַװעקלאָזן, און איר װעט מער ניט בלײַבן.
כט האָט משה צו אים געזאָגט: װי איך גײ אַרױס פֿון שטאָט, װעל איך אױסשפּרײטן מײַנע הענט צו יהוה; װעלן די דונערן אױפֿהערן, און דער האָגל װעט מער ניט זײַן; כּדי זאָלסט װיסן אַז צו יהוה געהערט די ערד.
ל און דו און דײַנע קנעכט – איך װײס, אַז איר האָט נאָך אַלץ ניט מוֹרא פֿאַר גאָט יהוה.
לא און דער פֿלאַקס און דער גערשט זײַנען אױסגעשלאָגן געװאָרן, װאָרום דער גערשט איז געװען אין זאַנג, און דער פֿלאַקס אין בליִונג.
לב אָבער דער װײץ און דער טונקלװײץ זײַנען ניט אױסגעשלאָגן געװאָרן, װײַל זײ װערן שפּעט צײַטיק.
לג און משה איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן אױסן שטאָט, און האָט אױסגעשפּרײט זײַנע הענט צו גאָט, און די דונערן און דער האָגל האָבן אױפֿגעהערט, און דער רעגן האָט מער ניט געגאָסן אױף דער ערד.
לד און װי פַּרעה האָט געזען, אַז דער רעגן און דער האָגל און די דונערן האָבן אױפֿגעהערט, אַזױ האָט ער װײַטער געזינדיקט, און האָט האַרט געמאַכט זײַן האַרץ, ער און זײַנע קנעכט.
לה און פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט ניט אַװעקגעלאָזן די קינדער פֿון ישׂראל; אַזױ װי גאָט האָט גערעדט דורך משהן.

ביאורי פסוקים