לדלג לתוכן

טייטש יהואש שמות פרק ז

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ (חומש בית יהודה ווערסיע שמות ז)


/7:1 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן: זע, איך האָב דיך געמאַכט װי אַ {dn גאָט} צו פַּרעהן, און אַהרן דײַן ברודער װעט זײַן דײַן נביא. /7:2 דו װעסט רעדן אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפעלן, און אַהרן דײַן ברודער װעט רעדן צו פַּרעהן, ער זאָל אַװעקלאָזן די קינדער פֿון ישׂראל פֿון זײַן לאַנד. /7:3 און איך װעל האַרט מאַכן פַּרעהס האַרץ, און װעל מערן מײַנע צײכנס און מײַנע װוּנדער אין לאַנד מִצרַיִם. /7:4 אָבער פַּרעה װעט ניט צוהערן צו אײַך, און איך װעל אַרױפֿטאָן מײַן האַנט אױף מִצרַיִם, און װעל אַרױסציען מײַנע מחנות, מײַן פֿאָלק, די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון לאַנד מִצרַיִם, מיט גרױסע משפּטים. /7:5 און די מִצרים װעלן װיסן, אַז איך בין {dn יהוה}, װען איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף מִצרַיִם, און װעל אַרױסציען די קינדער פֿון ישׂראל פֿון צװישן זײ. /7:6 האָבן משה און אַהרן אַזױ געטאָן; אַזױ װי {dn גאָט} האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ האָבן זײ געטאָן. /7:7 און משה איז געװען אַ מאַן פֿון אַכציק יאָר, און אַהרן אַ מאַן פֿון דרײַ און אַכציק יאָר, װען זײ האָבן גערעדט צו פַּרעהן. /7:8 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: /7:9 אַז פַּרעה װעט רעדן צו אײַך, אַזױ צו זאָגן: גיט פֿון אײַך אַ װוּנדער; זאָלסטו זאָגן צו אַהרֹנען: נעם דײַן שטעקן, און טו אַ װאָרף פֿאַר פַּרעהן, װעט ער װערן אַ שלאַנג. /7:10 זײַנען משה און אַהרן געקומען צו פַּרעהן, און זײ האָבן אַזױ געטאָן, װי {dn גאָט} האָט באַפֿױלן; און אַהרן האָט אַ װאָרף געטאָן זײַן שטעקן פֿאַר פַּרעהן, און פֿאַר זײַנע קנעכט, און ער איז געװאָרן אַ שלאַנג. /7:11 האָט אױך פַּרעה גערופֿן די חכָמים און די מכַשפים, און אױך זײ, די חַרטומים פֿון מִצרַיִם, האָבן געטאָן דעס גלײַכן מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן. /7:12 און זײ האָבן אַ װאָרף געטאָן איטלעכער זײַן שטעקן, און זײ זײַנען געװאָרן שלאַנגען; אָבער אַהרנס שטעקן האָט אײַנגעשלונגען זײערע שטעקנס. /7:13 און פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט ניט צוגעהערט צו זײ, אַזױ װי {dn גאָט} האָט גערעדט. /7:14 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: פַּרעהס האַרץ איז האַרט, ער װיל ניט אַװעקלאָזן דאָס פֿאָלק. /7:15 גײ צו פַּרעהן אין דער פֿרי; זע, ער גײט אַרױס צום װאַסער, װעסטו זיך שטעלן אים אַנטקעגן, בײַם ברעג טײַך, און דעם שטעקן װאָס איז פֿאַרקערט געװאָרן אין אַ שלאַנג, זאָלסטו נעמען אין דײַן האַנט. /7:16 און זאָלסט זאָגן צו אים: {dn יהוה}, דער {dn גאָט} פֿון די עִברים, האָט מיך געשיקט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען אין דער מדבר; און זע, האָסט ניט צוגעהערט ביז אַהער. /7:17 האָט {dn גאָט} אַזױ געזאָגט: דערמיט װעסטו װיסן, אַז איך בין {dn יהוה}: זע, איך שלאָג מיט דעם שטעקן װאָס אין מײַן האַנט, אױפֿן װאַסער װאָס אין טײַך, און עס װעט פֿאַרקערט װערן אין בלוט. /7:18 און די פיש װאָס אין טײַך װעלן אױסשטאַרבן, און דער טײַך װעט פֿאַרשטונקען װערן, און די מִצרים װעלן זיך עקלען צו טרינקען װאַסער אױסן טײַך. /7:19 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו אַהרֹנען: נעם דײַן שטעקן, און שטרעק אױס דײַן האַנט אױף די װאַסערן פֿון מִצרַיִם, אױף זײערע שטראָמען, אױף זײערע טײַכן, און אױף זײערע געמױזעכצן, און אױף אַלע זײערע אָנזאַמלונגען פֿון װאַסער, און זײ זאָלן װערן בלוט; און עס זאָל זײַן בלוט אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, סײַ אין הילצערנע כּלים, סײַ אין שטײנערנע. /7:20 האָבן משה און אַהרן אַזױ געטאָן, װי {dn גאָט} האָט באַפֿױלן. און ער האָט אױפֿגעהױבן דעם שטעקן, און האָט געשלאָגן דאָס װאַסער װאָס אין טײַך, פֿאַר די אױגן פֿון פַּרעהן, און פֿאַר די אױגן פֿון זײַנע קנעכט; און דאָס גאַנצע װאַסער װאָס אין טײַך איז פֿאַרקערט געװאָרן אין בלוט. /7:21 און די פיש װאָס אין טײַך זײַנען אױסגעשטאָרבן, און דער טײַך איז פֿאַרשטונקען געװאָרן, און די מִצרים האָבן ניט געקענט טרינקען װאַסער אױסן טײַך; און דאָס בלוט איז געװען אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. /7:22 האָבן די חַרטומים פֿון מִצרַיִם געטאָן דעס גלײַכן מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן; און פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט ניט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי {dn גאָט} האָט גערעדט. /7:23 און פַּרעה האָט זיך אומגעקערט און איז אַרײַנגעגאַנגען אין זײַן הױז, און האָט אױך דאָס ניט גענומען צום האַרצן. /7:24 און אַלע מִצרים האָבן געגראָבן אַרום טײַך נאָך װאַסער צום טרינקען, װאָרום זײ האָבן ניט געקענט טרינקען פֿון די װאַסערן פֿון טײַך. /7:25 און עס זײַנען דערפילט געװאָרן זיבן טעג, נאָך דעם װי {dn גאָט} האָט געשלאָגן דעם טײַך. /7:26 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: קום צו פַּרעהן, און זאָג צו אים: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען. /7:27 און אױב דו װילסט זײ ניט אַװעקלאָזן, אָט פּלאָג איך דײַן גאַנצן גבֿול מיט פרעש. /7:28 און דער טײַך װעט װידמענען פרעש, און זײ װעלן אַרױפֿגײן, און װעלן קומען אין דײַן הױז, און אין דײַן שלאָפקאַמער, און אױף דײַן בעט, און אין הױז פֿון דײַנע קנעכט, און אױף דײַן פֿאָלק, און אין דײַנע אױװנס, און אין דײַנע טײגמולטערס. /7:29 אי אױף דיר, אי אױף דײַן פֿאָלק, אי אױף אַלע דײַנע קנעכט, װעלן אַרױפֿגײן די פרעש.



ביאורי פסוקים