טייטש יהואש שמות פרק ב

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ (חומש בית יהודה ווערסיע שמות ב)


א און אַ מאַן פֿון דעם הױז פֿון לֵוִי איז געגאַנגען און האָט גענומען אַ טאָכטער פֿון לֵוִי.
ב און די פֿרױ איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט אים געזען אַז ער איז שײן, און האָט אים באַהאַלטן דרײַ חדשים.
ג און אַז זי האָט אים מער ניט געקענט באַהאַלטן, האָט זי גענומען פֿאַר אים אַ קעסטל פֿון יאַמש, און האָט עס אױסגעקלעפּט מיט לײם און מיט פּעך; און זי האָט אַרײַנגעטאָן דערין דאָס קינד, און האָט עס אַהינגעטאָן אין די ריטלעך בײַם ברעג טײַך.
ד און זײַן שװעסטער האָט זיך געשטעלט פֿון דער װײַטן, צו װיסן װאָס מיט אים װעט געשען.
ה און די טאָכטער פֿון פַּרעהן האָט אַראָפּגענידערט זיך צו באָדן אין טײַך; און אירע מײדלעך זײַנען אומגעגאַנגען בײַן זײַט טײַך. האָט זי דערזען דאָס קעסטל צװישן די ריטלעך, און זי האָט געשיקט איר דינסט, און האָט עס געלאָזט נעמען.
ו און זי האָט עס געעפֿנט, און האָט עס דערזען – דאָס קינד – ערשט אַ ייִנגל װאָס װײנט. האָט זי זיך דערבאַרימט אױף אים, און האָט געזאָגט: פֿון די קינדער פֿון די עִברים איז דערדאָזיקער.
ז האָט זײַן שװעסטער געזאָגט צו פַּרעהס טאָכטער: זאָל איך גײן און דיר רופֿן אַ זײג-פֿרױ פֿון די ייִדישע װײַבער, אַז זי זאָל זײגן פֿאַר דיר דאָס קינד?
ח האָט פַּרעהס טאָכטער צו איר געזאָגט: גײ. איז די מײדל געגאַנגען און האָט גערופֿן די מוטער פֿון דעם קינד.
ט און פַּרעהס טאָכטער האָט צו איר געזאָגט: נעם אַװעק דאָסדאָזיקע קינד, און זײג עס פֿאַר מיר, און איך װעל דיר געבן דײַן לױן. האָט די פֿרױ גענומען דאָס קינד, און האָט עס געזײגט.
י און אַז דאָס קינד איז גרעסער געװאָרן, האָט זי אים געבראַכט צו פַּרעהס טאָכטער, און ער איז איר געװאָרן פֿאַר אַ זון. און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען משֶה, און האָט געזאָגט: װײַל פֿון װאַסער האָב איך אים אַרױסגעצױגן.
יא און עס איז געװען אין יענע טעג, אַז משה איז אױפֿגעװאַקסן, איז ער אַרױסגעגאַנגען צו זײַנע ברידער, און האָט זיך צוגעקוקט צו זײערע לאַסטאַרבעט; און ער האָט געזען אַ מאַן אַ מִצרי שלאָגן אַ מאַן אַ אידן, פֿון זײַנע ברידער.
יב האָט ער זיך אומגעקוקט אַהער און אַהין, און אַז ער האָט געזען אַז קײן מענטש איז ניטאָ, האָט ער דערשלאָגן דעם מִצרי, און האָט אים באַהאַלטן אין זאַמד.
יג און ער איז אַרױסגעגאַנגען אױפֿן צװײטן טאָג, ערשט צװײ מענער אידן ראַנגלען זיך; האָט ער געזאָגט צו דעם אומגערעכטן: פֿאַר װאָס שלאָגסטו דײַן חבֿר?
יד האָט יענער געזאָגט: װער האָט דיך געמאַכט פֿאַר אַ מאַן אַ האַר און אַ ריכטער איבער אונדז? צי מײַנסטו מיך צו הרגען, אַזױ װי דו האָסט געהרגעט דעם מִצרי? האָט משה מוֹרא געקראָגן, און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, די זאַך איז דערװוּסט געװאָרן.
טו און פַּרעה האָט געהערט פֿון דערדאָזיקער זאַך, און ער האָט געװאָלט הרגען משהן. איז משה אַנטלאָפֿן פֿון פֿאַר פַּרעהן, און ער האָט זיך באַזעצט אין לאַנד מִדיָן; און ער איז געזעסן בײַ אַ ברונעם.
טז און דער פּריסטער פֿון מִדיָן האָט געהאַט זיבן טעכטער; זײַנען זײ געקומען, און האָבן אָנגעשעפּט און אָנגעפֿילט די קאָריטעס, כּדי אָנצוטרינקען די שאָפּ פֿון זײער פֿאָטער.
יז אָבער די פּאַסטוכער זײַנען געקומען, און האָבן זײ אַװעקגעטריבן. איז משה אױפֿגעשטאַנען און האָט זײ געהאָלפֿן, און האָט אָנגעטרונקען זײערע שאָפּ.
יח און אַז זײ זײַנען געקומען צו זײער פֿאָטער רְעואֵלן, האָט ער געזאָגט: פֿאַר װאָס זײַט איר הײַנט געקומען אַזױ גיך?
יט האָבן זײ געזאָגט: אַ מאַן אַ מִצרי האָט אונדז געהאָלפֿן פֿון דער האַנט פֿון די פּאַסטוכער, און אױך אָנשעפּן האָט ער אָנגעשעפּט פֿאַר אונדז, און האָט אָנגעטרונקען די שאָפּ.
כ האָט ער געזאָגט צו זײַנע טעכטער: און אַװוּ איז ער? פֿאַר װאָס דען האָט איר דעם מאַן איבערגעלאָזט? רופֿט אים, און זאָל ער עסן ברױט.
כא און משה האָט אײַנגעװיליקט צו בלײַבן בײַ דעם מאַן; און ער האָט געגעבן משהן זײַן טאָכטער צִפּוֹרָהן.
כב און זי האָט געבאָרן אַ זון, און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען גֵרשוֹם, װײַל ער האָט געזאָגט: איך בין אַ פֿרעמדער אין אַ פֿרעמדן לאַנד.
כג און עס איז געװען אין יענער לאַנגער צײַט, איז געשטאָרבן דער מלך פֿון מִצרַיִם, און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזיפֿצט פֿון דער קנעכטשאַפֿט, און זײ האָבן געשריען, און זײער געשרײ איז אױפֿגעגאַנגען צו גאָט פֿון דער קנעכטשאַפֿט.
כד און גאָט האָט געהערט זײער קרעכצן, און גאָט האָט געדאַכט אָן זײַן בונד מיט אַבֿרהמען, מיט יצחקן, און מיט יעקבֿן.
כה און גאָט האָט געזען די קינדער פֿון ישׂראל, און גאָט האָט געמערקט.

ביאורי פסוקים