טייטש יהואש שמות פרק טו

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ (חומש בית יהודה ווערסיע שמות טו)


א דענצמאָל טוט זינגען משה און די קינדער פֿון ישׂראל דאָסדאָזיקע געזאַנג צו גאָט, און זײ האָבן געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: איך װעל זינגען צו יהוה, װאָרום ער איז הױך דערהײכט; דעם פֿערד מיט זײַן רײַטער האָט ער געשלײַדערט אין ים.
ב מײַן שטאַרקײט און געזאַנג איז יָה, און ער איז מיר געװען אַ ישועה. דאָס איז מײַן {גאָט, און איך װעל אים באַשײנען; דער גאָט פֿון מײַן פֿאָטער, און איך װעל אים דערהײבן.
ג יהוה איז אַ קריגסמאַן, יהוה איז זײַן נאָמען.
ד פַּרעהס רײַטװעגן און זײַן חיל האָט ער געװאָרפֿן אין ים, און זײַנע געקליבענע עלטסטע זײַנען אין ים-סוף דערטרונקען.
ה די תּהָומען טוען זײ צודעקן, זײ האָבן װי אַ שטײן אין די טיפענישן גענידערט.
ו דײַן רעכטע האַנט, גאָט, דו פּראַכטיקער אין שטאַרקײט, דײַן רעכטע האַנט, גאָט, טוט צעברעכן דעם פֿײַנט.
ז און מיט דײַן גרױס מאַכטיקײט צעשטערסטו דײַנע קעגנשטײער; שיקסט אַרױס דײַן גרימצאָרן, פֿאַרצערט ער זײ װי שטרױ.
ח און פֿון דעם הױך פֿון דײַנע נאָזלעכער האָבן זיך די װאַסערן געהױפנט; אַזױ װי אַ סטױג זײַנען די שטראָמען געשטאַנען; די תּהָומען האָבן געגליװערט אין האַרצן פֿון ים.
ט דער פֿײַנט האָט געזאָגט: איך װעל יאָגן, איך װעל כאַפּן, איך װעל אױסטײלן רױב, מײַן זעל װעט זיך אָנפֿילן מיט זײ; איך װעל ציען מײַן שװערד, אױסראָטן װעט זײ מײַן האַנט.
י האָסטו מיט דײַן אָטעם אַ בלאָז געטאָן, האָט דער ים זײ צוגעדעקט; זײ זײַנען אײַנגעזונקען װי בלײַ אין די מאַכטיקע װאַסערן.
יא װער איז װי דו, יהוה, צװישן די מאַכטיקע? װער איז װי דו, פּראַכטיק אין הײליקײט, פאָרכטיק אין לױבונגען, טוער פֿון װוּנדער?
יב האָסט אױסגעשטרעקט דײַן רעכטע האַנט, האָט די ערד זײ אײַנגעשלונגען.
יג האָסט געפירט מיט דײַן חסד דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסגעלײזט; באַלײט מיט דײַן שטאַרקײט צו דײַן הײליקער װוינונג.
יד פעלקער האָבן געהערט, האָבן זײ געציטערט, אַן אַנגסט האָט באַנומען די װוֹינער פֿון פּלֶשֶת.
טו דערשראָקן האָבן זיך דענצמאָל די פירשטן פֿון אֶדוֹם, די פירער פֿון מוֹאָב, זײ האָט אַ שױדער באַנומען, צעגאַנגען געװאָרן זײַנען אַלע װוינער פֿון כְּנַעַן;
טז אַן אימה און אַ פּחד איז געפֿאַלן אױף זײ. דורך דער גרױסקײט פֿון דײַן אָרעם זײַנען זײ שטיל װי אַ שטײן געװאָרן, בעת דײַן פֿאָלק איז אַריבער, גאָט, בעת אַריבער איז דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסגעקױפֿט.
יז װעסט זײ ברענגען און זײ פלאַנצן אױף דעם באַרג פֿון דײַן אַרב, דעם אָרט װאָס דו האָסט געמאַכט פֿאַר דיר, גאָט, צו װוינען, דעם הײליקטום, גאָט, װאָס דײַנע הענט האָבן אױפֿגעשטעלט.
יח גאָט װעט קיניגן אױף אײביק און שטענדיק.
יט װאָרום פַּרעהס פֿערד מיט זײַנע רײַטװעגן און זײַנע רײַטער זײַנען אַרײַן אין ים, און גאָט האָט אומגעקערט אױף זײ די װאַסערן פֿון ים, און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געגאַנגען אין מיטן ים אױף טריקעניש.
כ און מרים די נביאה, אַהרנס שװעסטער, האָט גענומען די פּױק אין איר האַנט, און אַלע װײַבער זײַנען אַרױסגעגאַנגען נאָך איר מיט פּױקן און מיט טענץ.
כא און מרים האָט געזונגען פֿאַר זײ:

זינגט צו גאָט, װאָרום ער איז הױך דערהײכט; דעם פֿערד מיט זײַן רײַטער האָט ער געשלײַדערט אין ים.

כב און משה האָט געמאַכט ציען די ישׂראל פֿון ים-סוף, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום מדבר שור; און זײ זײַנען געגאַנגען דרײַ טעג אין דער מדבר, און האָבן ניט געפונען קײן װאַסער.
כג און זײ זײַנען געקומען קײן מָרָה; אָבער זײ האָבן ניט געקענט טרינקען דאָס װאַסער פֿון מָרָה,
כד װײַל עס איז געװען ביטער. דרום האָט מען גערופֿן איר נאָמען מָרָה. און דאָס פֿאָלק האָט געמורמלט אַקעגן משהן, אַזױ צו זאָגן: װאָס זאָלן מיר טרינקען?
כה האָט ער געשריען צו גאָט, און גאָט האָט אים אָנגעװיזן אַ בױם, און ער האָט אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין װאַסער, און דאָס װאַסער איז געװאָרן זיס. דאָרטן האָט ער זײ געמאַכט חוקים און געזעצן, און דאָרטן האָט ער זײ געפּרוּװט.
כו און ער האָט געזאָגט: אױב צוהערן װעסטו צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, און װעסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין זײַנע אױגן, און װעסט האָרכן צו זײַנע געבאָט, און היטן אַלע זײַנע חוקים, װעל איך אַלדי קראַנקשאַפֿט װאָס איך האָב אַרױפֿגעטאָן אױף מִצרַיִם, ניט אַרױפֿטאָן אױף דיר; װאָרום איך יהוה בין דײַן פֿאַרהיטער.
כז און זײ זײַנען געקומען קײן אֵילִם; און דאָרטן זײַנען געװען צװעלף קװאַלן װאַסער, און זיבעציק טײטלבײמער; און זײ האָבן דאָרטן גערוט בײַם װאַסער.

ביאורי פסוקים