לדלג לתוכן

טייטש יהואש שמות פרק ד

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ (חומש בית יהודה ווערסיע שמות ד)


/4:1 האָט געענטפֿערט משה און האָט געזאָגט: אָבער זײ װעלן דאָך מיר ניט גלױבן, און װעלן ניט צוהערן צו מײַן קָול, װאָרום זײ װעלן זאָגן: {dn גאָט} האָט זיך ניט באַװיזן צו דיר. /4:2 האָט {dn גאָט} צו אים געזאָגט: װאָס איז דאָס אין דײַן האַנט? האָט ער געזאָגט: אַ שטעקן. /4:3 האָט ער געזאָגט: טו אים אַ װאָרף צו דער ערד. האָט ער אים אַ װאָרף געטאָן צו דער ערד, און ער איז געװאָרן אַ שלאַנג; און משה איז אַנטלאָפן פֿאַר איר. /4:4 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט, און נעם זי אָן פֿאַרן עק – האָט ער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט זי אָנגענומען, און זי איז געװאָרן אַ שטעקן אין זײַן האַנט – /4:5 כּדי זײ זאָלן גלױבן, אַז {dn יהוה}, דער {dn גאָט} פֿון זײערע עלטערן, דער {dn גאָט} פֿון אַבֿרהמען, דער {dn גאָט} פֿון יצחקן, און דער {dn גאָט} פֿון יעקבֿן, האָט זיך באַװיזן צו דיר. /4:6 און {dn גאָט} האָט װידער צו אים געזאָגט: שטעק אַקאָרשט אַרײַן דײַן האַנט אין דײַן בוזעם. האָט ער אַרײַנגעשטעקט זײַן האַנט אין זײַן בוזעם; און װי ער האָט זי אַרױסגעצױגן, ערשט זײַן האַנט איז מצוֹרע [װײַס] װי שנײ. /4:7 האָט ער געזאָגט: קער אום דײַן האַנט אין דײַן בוזעם. האָט ער אומגעקערט זײַן האַנט אין זײַן בוזעם; און װי ער האָט זי אַרױסגעצױגן פֿון זײַן בוזעם, ערשט זי איז װידער געװאָרן אַזױ װי זײַן לײַב. /4:8 ”און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן דיר ניט גלױבן, און װעלן ניט צוהערן צו דעם קָול פֿון דעם ערשטן צײכן, װעלן זײ גלױבן דעם קָול פֿון דעם לעצטן צײכן. /4:9 און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן די דאָזיקע בײדע צײכנס אױך ניט גלױבן, און װעלן ניט צוהערן צו דײַן קָול, זאָלסטו נעמען פֿון די װאַסערן פֿון טײַך, און אױסגיסן אױף דער יבשה, און דאָס װאַסער װאָס דו װעסט נעמען פֿון טײַך, װעט װערן בלוט אױף דער יבשה“. /4:10 האָט משה געזאָגט צו {dn גאָט}: איך בעט דיך, {dn גאָט}, איך בין ניט קײן מענטש פֿון װערטער, סײַ פֿון נעכטן, סײַ פֿון אײערנעכטן, סײַ פֿון זינט דו רעדסט צו דײַן קנעכט; װאָרום איך בין שװער אױפֿן מױל, און שװער אױף דער צונג. /4:11 האָט {dn גאָט} געזאָגט צו אים: װער האָט געמאַכט דעם מענטשן אַ מױל? אָדער װער מאַכט שטום, אָדער טױב, אָדער זעעדיק, אָדער בלינד, אױב ניט איך, {dn גאָט}? /4:12 דרום גײ אַצונד, און איך װעל זײַן מיט דײַן מױל, און װעל דיך לערנען װאָס דו זאָלסט רעדן. /4:13 האָט ער געזאָגט: איך בעט דיך, {dn גאָט}, שיק דורך װעמען דו װעסט שיקן. /4:14 האָט דער צאָרן פֿון {dn גאָט} געגרימט אױף משהן, און ער האָט געזאָגט: איז ניט פֿאַראַן אַהרן דײַן ברודער, דער לֵוִי? איך װײס אַז ער קען יאָ רעדן. און זע, ער גײט דיר נאָך אַרױס אַנטקעגן, און װי ער װעט דיך דערזען, אַזױ װעט ער זיך האַרציק דערפרײען. /4:15 און װעסט רעדן צו אים, און װעסט אַרײַנטאָן די װערטער אין זײַן מױל, און איך װעל זײַן מיט דײַן מױל, און מיט זײַן מױל, און װעל אײַך לערנען װאָס איר זאָלט טאָן. /4:16 און ער װעט רעדן פֿאַר דיר צום פֿאָלק; און עס װעט זײַן, ער װעט דיר זײַן פֿאַר אַ מױל, און דו װעסט אים זײַן װי אַ {dn גאָט}. /4:17 און זאָלסט נעמען אין דײַן האַנט דעם דאָזיקן שטעקן, װאָס מיט אים װעסטו טאָן די צײכנס. /4:18 איז משה געגאַנגען און האָט זיך אומגעקערט צו זײַן שװער יִתרוֹן, און האָט צו אים געזאָגט: לאָמיך גײן, איך בעט דיך, און זיך אומקערן צו מײַנע ברידער װאָס אין מִצרַיִם, און לאָמיך זען אױב זײ לעבן נאָך. האָט יִתרוֹ געזאָגט צו משהן: גײ בשלום. /4:19 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן אין מִדיָן: גײ קער זיך אום קײן מִצרַיִם, װאָרום געשטאָרבן זײַנען די אַלע מענטשן װאָס האָבן געזוכט דײַן לעבן. /4:20 האָט משה גענומען זײַן װײַב און זײַנע זין, און האָט זײ אַרױפֿגעזעצט אױף אַן אײזל, און ער האָט זיך אומגעקערט קײן לאַנד מִצרַיִם. און משה האָט מיטגענומען דעם שטעקן פֿון {dn גאָט} אין זײַן האַנט. /4:21 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: װען דו גײסט זיך אומקערן קײן מִצרַיִם, מערק אַלע װוּנדער װאָס איך האָב אַרײַנגעטאָן אין דײַן האַנט, אַז דו זאָלסט זײ טאָן פֿאַר פַּרעהן; אָבער איך װעל פֿעסט מאַכן זײַן האַרץ, און ער װעט ניט אַװעקלאָזן דאָס פֿאָלק. /4:22 און זאָלסט זאָגן צו פַּרעהן: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: מײַן ערשטגעבאָרענער זון איז ישׂראל; /4:23 און איך האָב צו דיר געזאָגט: לאָז אַװעק מײַן זון, ער זאָל מיר דינען, און דו װילסט אים ניט אַװעקלאָזן; זע, איך הרגע דײַן ערשטגעבאָרענעם זון. /4:24 און עס איז געװען אונטערװעגס אין אַ האַרבעריק, האָט אים באַגעגנט {dn גאָט}, און האָט אים געװאָלט טײטן. /4:25 האָט צִפּוֹרָה גענומען אַ שאַרפֿן שטײן, און האָט אָפּגעשניטן די פאָרהױט פֿון איר זון, און האָט צוגערירט צו זײַנע פיס; און זי האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, אַ בלוט-חתן ביסטו מיר. /4:26 און ער האָט אים אָפּגעלאָזט. דענצמאָל האָט זי דאָס געזאָגט ”אַ בלוט-חתן“, פֿון װעגן דער באַשנײַדונג. /4:27 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: גײ אַנטקעגן משהן צום מדבר. איז ער געגאַנגען, און האָט אים באַגעגנט אױפֿן באַרג פֿון {dn גאָט}, און ער האָט אים געקושט. /4:28 און משה האָט דערצײלט אַהרֹנען אַלע װערטער פֿון {dn גאָט}, מיט װאָס ער האָט אים געשיקט, און אַלע צײכנס װאָס ער האָט אים באַפֿױלן. /4:29 און משה און אַהרן זײַנען געגאַנגען און האָבן אײַנגעזאַמלט אַלע עלטסטע פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. /4:30 און אַהרן האָט גערעדט אַלע װערטער, װאָס {dn גאָט} האָט גערעדט צו משהן, און ער האָט געטאָן די צײכנס פֿאַר די אױגן פֿון פֿאָלק. /4:31 און דאָס פֿאָלק האָט געגלױבט; און װי זײ האָבן געהערט אַז {dn גאָט} האָט געדאַכט אָן די קינדער פֿון ישׂראל, און אַז ער האָט געזען זײער פּײַן, אַזױ האָבן זײ זיך גענײַגט און זיך געבוקט.



ביאורי פסוקים