לדלג לתוכן

אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח שעח

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה, ט"ו תמוז, תש"ח
הוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה וכו' מהר"י שי' הכהן

שלום וברכה,

אין ענטפער אויף אייער בריוו פון י"ב תמוז לייג דא ביי דעם קונטרס פון שבועות ווי אויך די קאפיע פון מיין בריוו פון ד' סיון מיט דער פאטא.

א שאד אויב יענע פאטא איז אריינגעפאלן צו א אינו ראוי. לויט אייער בקשה געפרעגט ביי כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, זיין מיינונג בנוגע למלחמה מיט רוסלאנד איצט, ער האלט, עס איז איצט העכסט ניט ווארשיינלעך, נאר מען שרעקט דעם עולם דערמיט.

זיכער וועט אייך אינטערעסירן צו וויסן אז בהתועדות חג הגאולה האט כ"ק מו"ח אד"ש געדרעפטעט תמימים יונגעלייט און תלמידים אויף איינציגע וואכן ארומפארן מעורר זיין צו יהדות, חנוך הכשר און הפצה' פון כשר'ע ביכער, און האט איבערגעגעבן דעם מרכז לעניני חנוך צו ארגאניזירן די נסיעות.

בייליגענד פאטאגראפיע פון רבי'ס שליט"א בריוו וועגן דעם.

איך האף איר וועט באשטעטיקן דעם דערהאלטן פון דעם בריוו און בכלל לאזן הערן בשורות טובות.

כאוו"נ דו"ש ומאווה כס"ט
הרב מנחם שניאורסאהן