אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח רלז
מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב
ב"ה, כ"ט סיון, תש"ו
כבוד הוו"ה אי"א מו"מ באמונה,
הנעלה מר ירוחם פישל שי'
שלום וברכה!
מיט גרויס צופרידנהייט וויל איך אייך מודיע זיין, אז דער ספר עץ החיים וואס איר און אייער פרוי יחיו האבן גענומען אויף זיך ביישטייערן די הוצאות פון זיין אפדרוקן, איז די טעג פארטיק געווארן פון דרוק. אן עקזעמפלאר איז בייגעלייגט. שרייבט אונז וויפיל קאפיעס אייך צו שיקן,
וועגן דער גרויסקייט פון דעם זכות פון געבן טויזנטער און טויזנטער אידן די מעגליכקייט צו לערנען דעם ספר, וועלכער דענטהאלט די תורה פון אונזערע רביים מיט די אריינפיר בריוו פון רבי'ן כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א - בין איך זיכער, אז עם איז איבעריק צו דערקלערן אייך באריכות דא.
איך וויל נאר אנדייטן אויף איין רמז ודוגמא פון היינטיקער סדרה: די סדרה דערציילט אונז די געשיכטע פון די מרגלים, ווי אזוי דורך זייער לשון הרע, האבן זיי געבראכט אומגליק אויף זיך און אויף דורות און דורות נאך זיי, ביז צו אונזער דור,
דו עצה דערצו, זאגט אונז די גמרא (ערכין סו, ב) איז תורה, ווי עס שסייט: מרפא לשון עץ חיים, וואס "עץ חיים" מיינט מען דא די תורה.
די גרויסקייט פון דער שטראף פאר רעדן לשון הרע, וואס דאס הערן נאר די מענטשן וועלכע זיינכן אין דער צייט און אין דעם ארט, גיט אונז א פארשטעלונג וועגן דעם גרויסן זכות און שכר וואס מ'האט פון רעדן תורה אין א באשטימטן ארט און צייט. און דערפון קען מען זיך פארשטעלן ווי גרויס עם זיינען דער זכות און שכר פון אפדרוקן תורה, וואס דעמאלסט קען דער ספר, און די תורה וואס אין עם, דערגרייכן אין אלע לענדער, און דער ספר בלייבט און ווערט געלערנט אויך צענדליקער און הונדערטער יארן נאכדעם ווי ער איז אפגעדרוקט געווארן.
איך פארענדיק מיט דעם וואונטש, אז דער גרויסער זכות זאל אייך ביישטיין אין אלעס וואס איר דארפט, און איר זאלט אויך ווייטער נעמען אן אנטייל אין ענלעכע זאכן, וועלכע שליסן אין זיך איין תורה מצוות ומעשים טובים.
בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה
הרב מנחם שניאורסאהן
יושב ראש ועד הפועל