אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח שה
מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב
ב"ה, כ"ה תשרי תש"ח
כבוד הוו"ח אי"א נו"נ מו"מ באמונה
מוהר"י שי' הכהן
שלום וברכה!
איך האב גערעכנט אז מיר וועלן זיך זען דא סוכות צייט (לויט ווי אייער געוואוינהייט איז געווען צו קומען צו כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א אויף די טעג) און ווינטשן זיך א פתקא טבא לשנה טובה ושמחה. ליידער זייט איר דעם יאר ניט געקומען. האפנטליך איז אלעס כשורה בבריאות הגוף בא אייך און בני ביתו יחיו.
פון מעלות הכהנים ועבודתם וואס זיינען אויך דא לאחר חורבן בית המקדש איז נשיאות כפים בשעת התפלה, וואס בתי כנסיות ווערן טאקע אנגערופן מקדש מעט.
איינע פון די זאכן וואס עלי' לרגל בבית המקדש פלעגט אויפטאן ביי א אידן לויט ווי חסידות דערקלערט איז געווען דאס, וואס ער פלעגט זיך משתחוה זיין, און ניט נאר בחצוניות, מיט דעם גוף, נאר אויך מיט זיין נשמה, ד. ה. אז ער פלעגט מבטל זיין אלע זיינע כחות הנשמה רצון, שכל, מדות, צום אויבערשטן, במילא איז פארשטענדלעך אז א בית הכנסת וואו די השתחואה פנימית ווערט אויסגעפירט אם (= צום) בעסטן, איז מער מקדש מעט, נעענטער צו מעלת בית המקדש.
און דאס געפינט א חסיד ווען ער דאווענט אין ביהמ"ד פון זיין רבי'ן, וואס יעדער חסיד איז דאך מער-ווייניקער בטל צום רבי'ן. און א חסיד כהן נושא כפיו בביהמ"ד של רבו אין פארגלייך צו נשיאות כפים אין א סתם בית המדרש איז נעענטער צו נ"כ בבית המקדש (וואס איז געווען שלא בערך גרעסער ווי נ"כ אין מדינה. זע משנה סוטה לז, ע"ב).
לויט ווי איר ווייסט, איז יעדער יאר שמחת תורה איך דער פרי פארקויפט מען לויט דעם סדר פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, פסוקי אתה הראת פאר דעם מרכז לעניני חנוך. דעם יאר, אז איר זייט דא ניט געווען, בין איך לכתחילה געווען מסופק וואס צו טאן: א) צי קויפן פאר אייך א פסוק, ב) אויב יא, פאר וואס פאר א סכום, ובפרט אז איר האט ניט געשריבן וועגן דעם.
דערנאך אבער, נעמענדיק אין אכט אז: א) לויט דעם אלטן רבי'נס לשון (אגרת הקדש סימן גח) לא נעלם ממני צוק העתים אשר נתדלדלה הפרנסה . . ועם כל זה לא טוב הם עושים . . אשר קפצו ידם הפתוחה מעודם עד היום הזה ליתן ביד מלאה ועין יפה. ב) הצדקה אינה רק הלואה להקב"ה . . וגמולו ישלם לו בכפלים בעולם הזה. ג) יש לחוש . . כשחבריו נמנים לדבר מצוה והוא לא נמנה עמהם. ד) ווי איך האב אמאל געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א "אז מען דארף ניט באווייזן א וועג אויף פארקלענערן". ה) זכין לאדם שלא בפניו - איז ביי מיר געבליבן, אז איך פון מיין זייט דארף רעכענען און זאגן אז אזוי ווי פאר-א-יארן קויפט איר א פסוק און פאר דעם זעלבן סכום (ח"י פעמים ח"י דולר).
די פסוקי ,אתה הראת" שמחת תורה אין דער פרי, וואס מ'האט געקויפט פאר די וואס זיינכן דא ניט געווען, האט געזאגט כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א.
בברכת כט"ס לו ולכל בי"ב שיחיו,
הרב מנחם שניאורסאהן
יושב ראש ועד הפועל
אין א באזונדערן פאקעט, איז אייך ארויסגעשיקט געווארן פון אונזערע לעצטע פאבליקיישאנס, ובבקשה באשטעטיגן אז איר האט באקומען.