אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח רנ

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה, ערב ראש השנה, תש"ז
זייער געערטער מר בנימין שי' גלאזער

שלום וברכה!

אין נאמען פון "מרכז לעניני חנוך" און אין מיין אייגענעם נאמען וויל איך ווינטשן אייך און אלע אייערע א שנה טובה ומתוקה און הצלחה אין אלע אייערע אונטערנעמונגען, און באזונדערס ווינטש איך א רפואה אייערע חשובע עלטערן יחיו.

דער שווער, כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט איבערגעזאגט דעם צמח צדק"'ס א ווארט: "א געזאגטער ווארט איז פאר א רבים, א געדרוקטער - לדורי דורות".

דער זכות וואס איר האט געהאט אויף אפצודרוקן דעם ,צמח צדק"'ס ספרים, וואס דורך דעם וועלן טויזנטער און טויזנטער ווידער לערנען וועט אייך זיכער ביישטיין צו געבענטשט ווערן מיט א כתיבה וחתימה טובה אויף אלס דאס גוטעס בגשמיות וברוחניות.

בברכת שנה טובה

הרב מנחם שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל