לדלג לתוכן

אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח רמה

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה, ט"ז מנחם אב, תש"ו
כבוד הוו"ח אי"א מו"מ באמונה, הנעלה
מר ארי' ליב שי' בהאילאווסקי, שנגהאי

שלום וברכה!

מיט גרויס פרייד און פארגעניגען האב איך דערהאלטן דעם גרוס פון ידידינו האברכים שי' וועלכע זיינען געקומען פון שנגחאי, אז איר האט אנגענומען די הצעה אפצוגעבן דיך מיט שאפן מיטלען אויף דער הדפסה אין שנגהאי פון ספדי רבותינו הקדושים, תורת אלקים חיים.

איך האב, זעלבסט-פארשטענדלעך, איבערגעגעבן וועגן דעם צו כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א, וועלכער איז געווען העכסט צופרידן דאס צו הערן, און האפט אין דער נאענטסטער צייט צו האבן פון אייך גוטע ידיעות.

וועגן דער גרויסקייט פון זכות פון געבן טויזנטער אידן די מעגלעכקייטן צו לערנען ספרים וועלכע אנטהאלטן די תורות פון אונזערע רביים, בין איך זיכער אז ס'איז איבעריק צו דערקלערן אייך באריכות. איך וויל נאר אנדייטן איין ביישפיל, וואס ווערט דערציילט פון חז"ל:

חז"ל דערציילן, אז די גאנצע זאך פון גלות האט זיך אנגעהויבן דערפון וואס די מרגלים האבן גערעדט לשון-הרע און האבן דורכדעם געבראכט אומגליקן אויף זיך און אויף דורות און דורות נאך זיי, ביז אונזער דור.

די עצה דערצו - ווי די גמרא זאגט (ערכין ט"ו, ב) - איז תורה, ווי עס שטייט "מרפא לשון עץ חיים", וואס עץ חיים מיינט מען דא די תורה.

די גרויסקייט פון דעם שטראף פארן רעדן לשון הרע, וואס דאס הערן נאר די מענטשן וועלכע זיינען דא אין דער צייט און אויף דעם ארט, גיט א פארשטעלונג וועגן דעם גרויסן זכות און שכר וואס מ'האט פון רעדן תורה אין א באשטימטן ארט און צייט, און דערפון קען מען זיך פארשטעלן ווי גרויס עס איז דער זכות און שכר פון אפדרוקן תורה, וואס דעמאלסט קען דער ספר, און די תורה וואס ער אנטהאלט, דעגרייכן אין אלע לענדער, און דער ספר בלייבט און ווערט געלערנט אויך צענדליקע און הונדערטע יארן נאכדעם ווי ער איז אפגעדרוקט געווארן,

איך פארענדיק מיט דעם וואונטש, אז דער גרויסער זכות זאל אייך ביישטיין אין אלעס וואס איר דארפט, און איר זאלט אויך ווייטער נעמען אן אנטייל אין ענלעכע זאכן וועלכע שליסן אין זיך איין תורה ומצות ומעשים טובים.

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה

הרב מנחם שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל