לדלג לתוכן

אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח רסג

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה כ"ב שבט, תש"ז
זייער געעהרטער הער היטלער-בארסקי

שלום וברכה!

מיט א צייט צוריק האב איך אייך געשריבן. ניט זייענדיק זיכער אז דער בריוו איז אנגעקומען שרייב איך נאכאמאל.

דעם בריוו שרייבט צו אייך מענדל הארענשטיינ'ס א שוואגער, איך קום צו אייך מיט פאלגענדער ביטע: דא איז אנגעקומען א בריוו פון איינער לאה ציבוליארזש איצט יאנא ציבולסקא, זי שרייבט אז אין אפריל צוויי און פערצינסטן יאר . . . פון אטוואצקער געטא זיינען די הארענשטיינס אנטלאפן אין וואלד, איז דאס אמת? מיין שוועגערין מרת גורארי, האט מיר דערציילט, אז איר זיינט געווען אין אטוואצק צו יענער צייט, דערפאר רעכן איך, אז איר ווייסט וואס עס האט פאסירט מיט זיי דעמאלט.

איך האף אז איר וועט מיר באלדיגסט ענטפערן און איך שיק אייך מיין הערצליכסטן דאנק אין פאראויס.

מנחם שניאורסאהן

דעם שווער שליט"א האבן מיר ניט דערציילט דערווייל וועגן דעם אלעס.