אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח קעד

פֿון װיקיביבליאָטעק
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה, חג הגאולה, י"ט כסלו, תש"ה
כבוד הוו"ח אי"א נכבד ונעלה מו"מ באמונה
מהר"י שי' הכהן כ"ל,
שיקאגא.

שלום וברכה!

כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א גייט עם ת"ל, בעסער, ויתן לו השי"ת רפואה שלמה בקרוב ממש און עס זאל אין עם מקוים ווערן מש"נ (תהילים נח, יט) פדה בשלום נפשי גו' כי ברבים היו עמדי. אייער בריוו מיט דער בקשה שיקן א העתקה פון די סוכות-שיחות האב איך צייטיק דערהאלטן. ביז איצט האב איך ניט געקענט אייער בקשה דערפילן, ווייל ערשט נעכטן האב איך באקומען די פארענדיקטע קאפיע. איך שיק אייך דערביי מיין עקזעמפּלאר (אויף דורכלייענען אדער מעתיק צו זיין, ווי איר ווילט) און בעט ווי מעגלעכסט פריער מיר אים אומקערן.

איך פארענדיק מיט א ברכת חג הגאולה און אז במהרה בימינו נזכה לגאולה שלמה וכ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א יוליכנו לקראת משיח צדקנו;

לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה,

הרב מנחם שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל