לדלג לתוכן

אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח רטז

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה, שושן פורים, תש"ו
כבוד הנכבד והנעלה וו"ח אי'א וכו' מו"ה משה זלמן שי'
פייגלין, שפרטון, וויקט. אוסטרליע

שלום וברכה!

אייער בריוו פון 19'טן פעברואר דאנקענד דערהאלטן. עם האט אונז געפרייט צו הערן וועגן דער געלט-איבערווייזונג, ווארום, נאטורלעך, איז די נויטווענדיקייט דא זייער גרויס. אויסער דעם וואס מיר האלטן אוים 25 מיידל-שולן (בית שרה און בית רבקה) איז די הוצאה פאר די פאבליקיישאנס אויך זייער גרויס, ווארום זיי ווערן ניט געדרוקט צוליב פרנסה, און גרויסע טראנספארטן ווערן געשיקט קיין יוראפ, א, א. (דער "מרכז לעניני חנוך", "מחנה ישראל" און "קה"ת" ארבעטן האנט-אין האנט) דעריבער איז זעלבסט-פארשטאנדלעך, דאס יעדע הילף איז א דבר בעתו.

חז"ל האבן געזאגט וועגן די מצוה פון פורים: ומשלוח מנות איש לרעהו - שתי מנות לאיש אחד, ומתנות לאביונים - שתי מתנות לשני בני אדם (מגילה ז, א).

על-פי חסידות קען מען עם קלערן אזוי: ווי באקאנט איז דער נס פון פורים געווען דאס וואס יידן זיינען געראטעוועט געווארן סיי קערפערלעך און סיי גייסטיק (מה שאין כן חנוכה ווען ס'איז געווען נאר א הצלה רוחנית - תורה אור רד"ה ענין חנוכה. זע אויך לבוש הובא בט"ז או"ח סימן תע"ר סק"ג). און די יידן האבן דערצו זוכה געווען דורך זייער מסירת נפש על קדוש השם ווייל זיי האבן זיך באהעפט צום אויבערשטן ית' בבחינת רצון פשוט וואס שטייס העכער פון שכל און פארשטאנד, ווארום אויב זיי וואלטן נאר געוואלט אויפגעבן זייער גלויבן וואלט דאך המן זיי גארנישט געטאן, ווייל די גזרה איז דאך געווען נאר אויף יידן, וכמ"ש כ"ז בארוכה בדא"ח בדרושי פורים.

והנה, דער תכלית פון מסירת נפש איז אז דאס זאל משפיע זיין אויף דעם טאג-טעגליכן לעבן פון אידן, דאס הייסט, אז נאר זיין נפש אלקית זאל הערשן אויף זיין גוף און זיין נפש הבהמית. די פארמיטלערין צווישן זיי איז די נפש השכלית, וכמ"ש בד"ה רבא חזיא (דשנת תר"צ לכ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א כשהי' בארצה"ב בפעם הא'), ובכ"מ.

מיר ווייסן, אז אין עני אלא בדעת ואין עשיר אלא בדעת. דערפאר קען מען ניט די נפש השכלית (און אודאי ניט די נפש אלקית) אנרופן אביון באמת לאמתו, אבער דעם גוף און די נפש הבהמית קען מען אזוי יא אנרופן.

דאס איז דער זין פון די מצוות פון פורים, וואס נאך זייער דאמאלסדיקער מסירות נפש האבן זיי געקראגן אזוינע מצוות וועלכע זיינען מרמז אויף דעם, אז די נפש האלקית דארף ממשיך זיין די מסירות נפש אויף דער נפש הבהמית און דעם גוף אויך – דאס זיינען די מתנות לאביונים (און דוקא צוויי אביונים). ומשלוח מנות איש לרעהו - די נפש השכלית רופט זיך אן רע (פריינד) צו דער נפש האלקית, וואס דערפאר קען זי זיין די פארמיטלערין, ווי עס ווערט דערקלערט בד"ה הנ"ל (שתי מנות דוקא, ווארום דער שכל איז נאר דאן א שכל אמתי ווען ער קומט צו דער מסקנא נאכן וועגן די סברא און דעם היפוך דערפון, חסד און דין, קושיא און תירוץ, וואס דאס איז דער ענין פון שכל, ווי עס ווערט דערקלערט אין פיל ערטער).

והנה, אזוי ווי עס איז דא די אלע אויבנדערמאנטע חלוקים ביים מענטשן אליין, אזוי זיינען דא ענלעכע חלוקים צווישן מענטשן: עס זיינען דא מענטשן וועלכע גיבן זיך אפ מער ניט ווי מיט גופניות'דיקע זאכן; דא אזוינע וועלכע האבן אויך א נאטורלעכן געפיל פאר דעם צווייטן, אדער לכל הפחות פאר זייערע אייגענע; דא אזוינע וועלכע גיבן זיך אפ אויך אויף באטראכטן זייערע מעשים און זען לויטן שכל ווי זיי דארפן זיך אויפפירן. אבער אלץ לויט מענטשלעכן שכל, פון תורה און געטלעכן שכל ווילן זיי, דערווייל, ניט וויסן.

און אט דא קומט די הייליקע פליכט, אויף יעדער איינעם לויט זיינע מעגליכקייטן, זען די אלע אויבנדערמאנטע צו ברענגען צום אמת פון תורה ומצוות: א משלוח מנות און מתנות לאביונים - צו א רבים, וכנ"ל.

און דאס איז דער גרויסער זכות וואס איר האט, אז בארץ שממה, וואו עס זיינען דערווייל דא, לויט אייער בריוו, אזוי ווייניק שומרי תורה ומצוה, זאלט איר זיין דער מפיץ ומשתדל בחזוק התורה והיהדות דורך אייגענעם ביישפיל און רייד, און אויך דורך ברענגען צו זיי דעם אור התורה דורך פארשידענע ספרים, שריפטן, חוברות ומאמרים. וזכות הרבים תלוי בו.

זייענדיק זיכער אז אויך אין דער צוקונפט וועט איר פארזעצן אייער אויבנדערמאנטע ארבעט, נאך מיט פארשטארקטער ענערגיע און מיט דער הילף פון אייערע בני בית שיחיו,

חתמ'ע איך בברכת חג הפסח כשר ושמח,

לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה,

הרב מנחם שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל