לדלג לתוכן

אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח קצח

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה, כ"ח אלול, תש"ה
ברוקלין
זייער געערטער הער אלכסנדר שי' כהן

שלום וברכה!

אין נאמען פון "קה"ת" און אין מיין אייגענעם נאמען וויל איך ווינטשן אייך און אלע אייערע א שנה טובה ומתוקה און הצלחה אין אלע אייערע אונטערנעמונגען.

דער גענויער טייטש פון ראש השנת איז דער קאפ פון יאר, דערקלערן אונזערע חכמים אז פארוואס ווערט עם אנגערופן ניט תחלת - אנהייב - השנה, נאר ראש השנה, ווייל אזוי ווי דער קאפ פירט אן מיט דעם גאנצן קערפער, אזוי דארף מען אויך די גוטע רעזלושאנס (= רעזאלוציעס, החלטות) און פירונגען וואס מען נעמט אן אויף זיך ראש השנה, אנפירן מיטן גאנצן יאר.

דעם יאר קומט אויס ראש השנה, שבת, וואס דער געדאנק פון שבת איז - אז דעמאלסט הייבט זיך אויף דער מענש העכער פון זיין וואכעדיקן לעבן און דאגות, און ווערט נענטער צום נשמה לעבן. און דאס איז אויך אונזער וואונטש אז אין דעם נייעם יאר זאלן מיר אלע גייען פארווערטס אין אונזער גייסטיקער אנטוויקלונג, מאכן נענטער דעם גוף צו דער נשמה און דורכפירן אין לעבן אלע אונזערע גוטע מחשבות.

מיט א ברכת כתיבה וחתימה טובה,

מנחם מ. שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל