לדלג לתוכן

אגרות הקודש חלק ב תשה-תשח רעא

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות אגרות הקודש - - אגרות הקודש, די אגרות אויף יידיש: - - קעג - - קעד - - קפט - - קצח - - רב - - ריא - - רטז - - רלז - - רמה - - רמח - - רמט - - רנ - - רנא - - רנח - - רסג - - רעא - - רפ - - רפא - - רצט - - שה - - שכב - - שלב - - שמד - - שנו - - שעח - - שעט - - שפב - - שצא - - שצד - - תב


ב"ה כ"ג תמוז, תש"ז
ז, ג. מר אלכסנדר שי' כהן

שלום וברכה!

עם האט מיך געפרייט צו זען זיך מיט אייך לעצטנס און צו האבן א געלעגענהייט דורכצורעדן זיך מיט אייך בכלל, און בפרט וואס אנבאלאנגט דעם מצב פון מרכז לעניני חנוך.

וויסנדיק אייער טיפע פאראינטערעסירונג אין דער ארבעט פון מרכז לעניני חנוך, בין איך זיכער אז ניט ווארטענדיק אויף דעם צוריקקער פון אונזער גוטן פריינד מר סטולמאן שי', וועט איר זען טאן אלץ אויף ארויסצוהעלפן דעם מל"ח פון דער יעצטיקער קריטישער לאגע וועלכע דראעט צו פאראליזירן הלילה די לעבנס-וויכטיקע ארבעט.

דער אלטער רבי, בעל התניא, זאגט אין אגרת הקדש (סימן ט"ז), אז כאטש צדקה האט טאקע א שיעור לויטן דין פון שלחן-ערוך, איז דאס אבער רעכט אז מ'פירט זיך אין אלע הינזיכטן שטרענג לויט די דינים פון שלחן-ערוך; אבער אזוי ווי מיר יידן בעטן דאך בא גאט אז ער זאל זיך פירן מיט אונז בחסד וברחמים, דארפן מיר אויך אין צדקה פירן זיך אזוי, און ניט האלטם זיך שטרענג בא דעם "לעגאלן שיעור".

איך שעץ אייער חילף און איבערגעבנהייט צום מרכז לעניני חנוך מיס טיפער דאנקבארקייט, און אודאי טוט איר וואס איר קענט. אבער אין דער יעצטיקער קריטישער לאגע פון מרכז לעניני חנוך האף איך אז איר וועט טאן פיל מער פון "שיעור" און וועט מאכן א ספעציעלע אנשטרענגונג צו שאפן א צייטיקע הילף - א רעטונגס הילף - פארן מרכז לעניני חנוך.

מיט גרוס און אכטונג,

הרב מנחם שניאורסאהן
יושב ראש ועד הפועל