טייטש יהואש בראשית פרק ד
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון טייטש יהואש פרשת בראשית ד)
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ (חומש בית יהודה ווערסיע בראשית ד)
- א און דער מענטש האָט דערקענט זײַן װײַב חַוָהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן קַיִנען, און זי האָט געזאָגט: איך האָב געקריגן אַ מאַן דורך גאָט.
- ב און זי האָט װידער געבאָרן – זײַן ברודער הֶבלען. און הֶבל איז געװען אַ פּאַסטוך פֿון שאָף, און קַיִן איז געװען אַן ערדאַרבעטער.
- ג און עס איז געװען נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון טעג, האָט קַיִן געבראַכט פֿון דער פֿרוכט פֿון דער ערד אַ קרבן צו גאָט.
- ד און הֶבל, ער אױך האָט געבראַכט פֿון די ערשטלינגען פֿון זײַנע שאָף און פֿון זײערע פֿעטסטע. און גאָט האָט זיך געקערט צו הֶבלען און צו זײַן קרבן,
- ה און צו קַיִנען און צו זײַן קרבן האָט ער זיך ניט געקערט. האָט קַיִנען זײער געערגערט, און זײַן פּנים איז אַראָפּגעפֿאַלן.
- ו האָט גאָט געזאָגט צו קַיִנען: פֿאַר װאָס פֿאַרדריסט דיך, און פֿאַר װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן דײַן פּנים?
- ז פֿאַר װאָר, אױב דו װעסט גוטס טאָן װעסטו אױפֿגענומען װערן, און אױב דו װעסט ניט גוטס טאָן, הױערט די זינד בײַ דער טיר; און צו דיר איז איר גלוסטונג, אָבער דו קענסט געװעלטיקן איבער איר.
- ח האָט קַיִן גערעדט צו זײַן ברודער הֶבלען. און עס איז געװען, װי זײ זײַנען געװען אין פֿעלד, אַזױ איז קַיִן אױפֿגעשטאַנען קעגן זײַן ברודער הֶבלען, און האָט אים געהרגעט.
- ט האָט גאָט געזאָגט צו קַיִנען: װוּ איז דײַן ברודער הֶבל? האָט ער געזאָגט: איך װײס ניט; בין איך דען דער שומר פֿון מײַן ברודער?
- י האָט ער געזאָגט: װאָס האָסטו געטאָן? דער קָול פֿון דײַן ברודערס בלוט שרײַט צו מיר פֿון דער ערד.
- יא און אַצונד, פֿאַרשאָלטן זאָלסטו זײַן פֿון דער ערד װאָס האָט אױפֿגעמאַכט איר מױל צוצונעמען דײַן ברודערס בלוט פֿון דײַן האַנט.
- יב אַז דו װעסט באַאַרבעטן די ערד, זאָל זי דיר מער ניט געבן איר קראַפֿט; נעַ-ונַד זאָלסטו זײַן אױף דער ערד.
- יג האָט קַיִן געזאָגט צו גאָט: מײַן שטראָף איז צו גרױס אַריבערצוטראָגן.
- יד אָט האָסטו מיך הײַנט פֿאַרטריבן פֿון דעם געזיכט פֿון לאַנד, און פֿון דײַן פּנים װעל איך זײַן פֿאַרבאָרגן, און איך װעל זײַן נעַ-ונַד אױף דער ערד; װעט זײַן, װער-נאָר עס טרעפֿט מיך װעט מיך דערהרגען.
- טו האָט גאָט צו אים געזאָגט: דרום װער-נאָר עס הרגעט קַיִנען זאָל זיבנפֿאַך גענומען װערן נקמה פֿון אים. און גאָט האָט געמאַכט קַיִנען אַ צײכן, אַז קײנער װאָס טרעפֿט אים, זאָל אים ניט דערשלאָגן.
- טז און קַיִן איז אַװעקגעגאַנגען פֿון פֿאַר גאָט, און האָט זיך באַזעצט אין לאַנד נוֹד, אין מזרח פֿון עֵדֶן.
- יז און קַיִן האָט דערקענט זײַן װײַב, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן חַנוכן. און ער האָט געבױט אַ שטאָט, און האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט אַזױ װי דער נאָמען פֿון זײַן זון, חַנוך.
- יח און בײַ חַנוכן איז געבאָרן געװאָרן עִירָד, און עִירָד האָט געבאָרן מחױָאֵלן, און מחױָאֵל האָט געבאָרן מתושָאֵלן, און מתושָאֵל האָט געבאָרן לֶמֶכן.
- יט און לֶמֶך האָט זיך גענומען צװײ װײַבער; דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען עָדָה, און דער נאָמען פֿון דער צװײטער צִלָה.
- כ און עָדָה האָט געבאָרן יָבָלן; ער איז געװען דער פֿאָטער פֿון די װאָס זיצן אין געצעלטן און האָבן פֿי.
- כא און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען יובַל; ער איז געװען דער פֿאָטער פֿון אַלע װאָס האַלטן אַ האַרף און אַ פֿלייט.
- כב און צִלָה, זי אױך האָט געבאָרן תּובַל-קַיִנען, דעם אױסשלײַפֿער פֿון אַלערלײ קופּער - און אײַזנגעצײַג; און די שװעסטער פֿון תּובַל-קַיִנען איז געװען נַעֲמָה.
- כג און לֶמֶך האָט געזאָגט צו זײַנע װײַבער:עָדָה און צִלָה, הערט מײַן קָול, װײַבער פֿון לֶמֶכן, פֿאַרנעמט מײַן װאָרט; װאָרום איך הרגע אַ מאַן פֿאַר מײַן װוּנד, און אַ ייִנגל פֿאַר מײַן בײַל;
- כד װײַל זיבנפֿאַך װערט גענומען פֿאַר קַיִנען נקמה, פֿאַר לֶמֶכן אָבער זיבן און זיבעציק.
- כה און אָדָם האָט װידער דערקענט זײַן װײַב, און זי האָט געבאָרן אַ זון, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען שֵת, װײַל: גאָט האָט מיר באַשערט אַן אַנדער זאָמען אָנשטאָט הֶבלען, אַז קַיִן האָט אים געהרגעט.
- כו און בײַ שֵתן, בײַ אים אױך איז געבאָרן געװאָרן אַ זון, און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען אֶנוֹש. דענצמאָל האָט מען אָנגעהױבן רופֿן צו דעם נאָמען יהוה.