טייטש יהואש בראשית פרק ה
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ (חומש בית יהודה ווערסיע בראשית ה)
- א דאָס איז דאָס בוך פֿון די געבורטן פֿון אָדָמען: װען גאָט האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן, האָט ער אים אין דער גלײַכעניש פֿון גאָט געמאַכט;
- ב אַ זכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן, און ער האָט זײ געבענטשט, און האָט גערופֿן זײער נאָמען מענטש אין דעם טאָג װאָס זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן.
- ג און אָדָם האָט געלעבט הונדערט און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן אַ זון אין זײַן גלײַכעניש, אַזױ װי זײַן געשטאַלט, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען שֵת.
- ד און די טעג פֿון אָדָמען נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן שֵתן, זײַנען געװען אַכט הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
- ה און אַלע טעג װאָס אָדָם האָט געלעבט, זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
- ו און שֵת האָט געלעבט הונדערט יאָר און פֿינף יאָר, און האָט געבאָרן אֶנוֹשן.
- ז און שֵת האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן אֶנוֹשן, אַכט הונדערט יאָר און זיבן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
- ח און אַלע טעג פֿון שֵתן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צװעלף יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
- ט און אֶנוֹש האָט געלעבט נײַנציק יאָר, און האָט געבאָרן קֵינָנען.
- י און אֶנוֹש האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן קֵינָנען, אַכט הונדערט יאָר און פֿופֿצן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
- יא און אַלע טעג פֿון אֶנושן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און פֿינף יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
- יב און קֵינָן האָט געלעבט זיבעציק יאָר, און האָט געבאָרן מַהלַלאֵלן.
- יג און קֵינָן האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן מַהלַלאֵלן, אַכט הונדערט יאָר און פֿערציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
- יד און אַלע טעג פֿון קֵינָנען זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צען יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
- טו און מַהלַלאֵל האָט געלעבט פֿינף און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן יֶרֶדן.
- טז און מַהלַלאֵל האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן יֶרֶדן, אַכט הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
- יז און אַלע טעג פֿון מַהלַלאֵלן זײַנען געװען אַכט הונדערט יאָר און פֿינף און נײַנציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
- יח און יֶרֶד האָט געלעבט הונדערט יאָר און צװײ און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן חַנוֹכן.
- יט און יֶרֶד האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן חַנוֹכן, אַכט הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
- כ און אַלע טעג פֿון יֶרֶדן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צװײ און זעכציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
- כא און חַנוֹך האָט געלעבט פֿינף און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן מתושֶלַחן.
- כב און חַנוֹך איז געגאַנגען מיט גאָט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן מתושֶלַחן, דרײַ הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
- כג און אַלע טעג פֿון חַנוֹכן זײַנען געװען דרײַ הונדערט יאָר און פֿינף און זעכציק יאָר.
- כד און חַנוֹך איז געגאַנגען מיט גאָט; און ער איז ניט געװאָרן, װאָרום גאָט האָט אים צוגענומען.
- כה און מתושֶלַח האָט געלעבט הונדערט יאָר און זיבן און אַכציק יאָר, און האָט געבאָרן לֶמֶכן.
- כו און מתושֶלַח האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן לֶמֶכן, זיבן הונדערט יאָר און צװײ און אַכציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
- כז און אַלע טעג פֿון מתושֶלַחן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און נײַן און זעכציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
- כח און לֶמֶך האָט געלעבט הונדערט יאָר און צװײ און אַכציק יאָר, און האָט געבאָרן אַ זון.
- כט און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען נֹח, אַזױ צו זאָגן: דער דאָזיקער װעט אונדז זײַן אַ נחמה פֿאַר אונדזער אַרבעט, און פֿאַר דער מאַטערניש פֿון אונדזערע הענט, פֿון װעגן דער ערד װאָס גאָט האָט זי פֿאַרשאָלטן.
- ל און לֶמֶך האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן נֹחן, פֿינף הונדערט יאָר און פֿינף און נײַנציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
- לא און אַלע טעג פֿון לֶמֶכן זײַנען געװען זיבן הונדערט יאָר און זיבן און זיבעציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
- לב און אַז נֹח איז געװאָרן פֿינף הונדערט יאָר אַלט, האָט נֹח געבאָרן שֵמען, חָמען, און יֶפֿתן.