לדלג לתוכן

חומש בית יהודה בראשית ד

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ

פּרשת בראשית

א. [1] און אדם האָט זיך באַהעפט מיט זיין ווייב חוה, און זי איז געוואָרן טראָגעדיקע (=שוואַנגער), און האָט געבאָרן קין, און זי האָט געזאָגט: איך האָב באַשאַפן אַ מענטש מיט ג-אָט.
ב. און זי האָט געמערט צו געווינען (= געבאָרן) זיין ברודער הבל, און הבל איז געווען אַ פאַסטעך פון שאָף, און קין איז געווען אַ עובד אדמה (ער האָט געקערט און געזייט).
ג. און עס איז געוואָרן אין סוף פון עטלעכע טעג, האָט קין געבראכט פון דער ערד אַ מנחה צו ג-אָט.
ד. און הבל האָט אויך געבראכט די שאָף וואָס זענען צום ערשטן געבאָרן געוואָרן, און פון די פעטסטע, און ג-אָט האָט זיך געקערט צו הבל און צו זיין מנחה (עס איז אַראָפּגענידערט פייער פון הימל און האָט פאַרברענט די מנחה).
ה. און צו קין און צו זיין מנחה ער האָט זיך נישט געקערט. און עס האָט צו קין פאַרדראסן, און עס איז איינגעפאַלן זיין פּנים.
ו. ג-אָט האָט געזאָגט צו קין: וואָרום (= פאַרוואָס[2]) זאָל דיך פאַרדריסן. און וואָרום זאָל איינפאַלן דיין פּנים.
ז. פאַרוואָר, אז דו וועסט באַגוטן (באַגוטן = גוט זיין, זיך פאַרבעסערן) (תשובה טאָן), וועל איך דיר מוחל זיין, און אַז דו וועסט נישט באַגוטן (נישט תשובה טאָן). ביז צו דער טיר פון גהינום וועט גיין מיט דיר דיין זינד (דאָרטן וועסטו נעמען דיין שטראָף), און צו דיר איז זיין גלוסטונג (דער יצר הרע גלוסט תמיד צו דיר, ער זאָל דיך אָנרייצן צו עבירות). און דו קענסט געוועלטיקן אין אים (אַז דו וועסט וועלן קענסטו דיך שטאַרקן אויף אים, און זאָלסט אים נישט פאָלגן).
ח. און קין האָט געזאָגט צו זיין ברודער, און עס איז געווען אז זיי זענען געווען אין פעלד, איז קין אויפגעשטאַנען אויף זיין ברודער הבל און האָט אים געהרגערט.
ט. האָט ג-אָט געזאָגט צו קין: וואו איז דיין ברודער הבל? האָט געזאָגט קין: איך ווייס נישט וואו ער איז, בין איך דען דער היטער פון מיין ברודער?
י. האָט ג-אָט געזאָגט: וואָס האָסטו געטאָן? דאָס קול פון דיין ברודערס בלוט, שרייט צו מיר פון דער ערד.
יא. און אַצונד (=יעצט, איצט), זאָלסטו זיין פאַרשאָלטן פון דער ערד, ווייל זי האָט געעפנט איר מויל צו נעמען דאָס בלוט פון דיין ברודער פון דיין האַנט.
יב. אַז דו וועסט אַרבעטן די ערד, זאָל זי נישט מערן געבן איר קראפט צו דיר, פאַרוואָגלט און פאַרטריבן זאָלסטו זיין אויף דער ערד (דו טאָרסט נישט וואוינען אין איין אָרט).
יג. האָט קין געזאָגט צו ג-אָט: איז דען גרויס מיין זינד צו פאַרטראָגן? (איז דען נישט מעגלעך דו זאָלסט מיר מוחל זיין?).
יד. דו פאַרטרייבסט מיך היינט פון דער ערד, און פאַר דיר קען איך מיך (= זיך) דען פאַרבארגן? און אז (=אויב, ווען) איך וועל זיין נע ונד אויף דער ערד, עס וועט זיין, ווער עס וועט מיך געפינען וועט מיך הרגענען.
טו. האָט ג-אָט צו אים געזאָגט: דרום (= דעריבער) דער וואָס וועט הרגענען קין (וועט ער האבן אַ גרויסן עונש), צום סוף פון זיבן דורות וועל איך מיך (= זיך) נוקם זיין פון אים. און ג-אָט האָט געטאָן צו קין אַ צייכן, מען זאל אים נישט הרגענען, ווער עס וועט אים געפינען.
טז. איז קין ארויסגעגאַנגען פון פאַר ג-אָט, און ער איז געזעסן אין לאַנד נוד, אין מזרח זייט פון דעם עדן. יז. און קין האָט זיך באַהעפט מיט זיין ווייב, און זי איז געוואָרן טראָגעדיקע, און זי האָט געווינען (= געבאָרן) חנוך, און חנוך האָט געבויט אַ שטאָט, און האָט גערופן דעם נאָמען פון דער שטאָט ווי דער נאָמען פון זיין זון חנוך.
יח. און עס איז געבאָרן געוואָרן צו חנוך עירד, און עירד האָט געבאָרן מחויאל, און מחויאל האָט געבאָרן מתושאל, און מתושאל האָט געבאָרן למך.
יט. למך האָט צו זיך גענומען צוויי ווייבער, דער נאָמען פון איין וויב איז געווען עדה, און דער נאָמען פון דעם צווייטן איז געווען צלה. כ. עדה האָט געבאָרן יבל, ער איז געווען דער ערשטער וואָס זיצט אין געצעלטן און פאַשעט דאָס פיך. כא. און דער נאָמען פון זיין ברודער איז געווען יובל, ער איז געווען דער ערשטער וואָס האָט געהאַלטן פידלען און אָרגלען.
כב. און צלה, זי אויך האָט געבאָרן תובל קין. ער האָט געשאַרפט אַלע מייסטערשאַפט פון קופּער און פון אַייזן, און די שוועסטער פון תובל קין האָט געהייסן נעמה.
כג. האָט למך געזאָגט צו זיינע ווייבער: עדה און צלה הערט צו מיין קול, איר ווייבער פון למך פאַרנעמט מיין זאָג, דען דער מענטש וואָס איך האָב געהרגעט איז ער דען געהרגעט געוואָרן פון מיינע וואונדן? און דאָס קינד וואָס איך האָב געהרגעט, איז דען געהרגעט געוואָרן דורך מיינע ביילן?
כד. אַז קין האָט געהרגעט זיין ברודער הבל במזיד, האָט ג-אָט געהאַלטן זיין נקמה ביז זיבן דורות, און למך (און איך) האָב דאָך געהרגעט בשוגג, (איז שוין אַ כל שכן אַז) ג-אָט וועט זיין נקמה האַלטן פיל מאָל זיבן דורות.
כה. און אדם האָט נאָך אַ מאָל זיך באַהעפט מיט זיין ווייב, און זי האָט געבאָרן אַ זון, האָט זי גערופן זיין נאָמען שת, וואָרום זי האָט געזאָגט: ג-אָט האָט מיר געטאָן אַן אַנדער זרע (ג-אָט האָט מיר געגעבן אַ אַנדער זון) אויף דעם אָרט פון הבל וואָס קין האָט אים געהרגעט.
כו. און צו שת איז אויך געבאָרן געוואָרן אַ זון, און ער האָט גערופן זיין נאָמען אנוש, דענסטמאָל מען האָט זיך אָנגהויבן צו רופן (די נעמען פון די מענטשן און פון די עבודת כוכבים) אין דעם נאָמען פון הקב"ה (די לייט פון דער וועלט האָבן אָנגעהויבן מאַכן עכומ"ז און האָבן זיי גערופן געטער). (ס)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. וואָרום (= פאַרוואָס): אין דעם מחבר יידיש האט מען גענוצט דאָס וואָרט וואָרום מיט צוויי באַדייטן, ווייל און פאַרוואָס.