טייטש יהואש בראשית פרק ח

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ (חומש בית יהודה ווערסיע בראשית ח)


א אוּן גאָט האָט געדאַכט אָן נֹחן, אוּן אָן אַלע חיות, אוּן אָן אַלע בהמות, װאָס מיט אים אין דער תּבֿה, אוּן גאָט האָט געמאַכט אַריבּערגײן אַ װינט אױף דער ערד, אוּן די װאַסערן האָבּן זיך אײַנגעשטילט.
ב אוּן עס זײַנען פֿאַרשטאָפּט געװאָרן די קװאַלן פֿון תּהָום, אוּן די פֿענצטער פֿוּן הימל; אוּן דער רעגן פֿוּן הימל איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן.
ג אוּן די װאַסערן האָבּן געהאַלטן אין אײן אָפּטרעטן פֿון דער ערד; און די װאַסערן זײַנען געמינערט געװאָרן צום סָוף פֿוּן הוּנדערט און פֿוּפֿציק טעג.
ד אוּן די תּבֿה האָט גערוּט אין זיבּעטן חוֹדש, אין זיבּעצנטן טאָג פֿוּן חוֹדש, אױף די בּערג פֿוּן אַרָרָט.
ה אוּן די װאַסערן האָבּן געהאַלטן אין אײן געמינערט װערן ביזן צענטן חוֹדש; אין צענטן חוֹדש, אין ערשטן טאָג פֿוּן חוֹדש, האָבּן זיך בּאַװיזן די שפּיצן פֿוּן די בּערג.
ו אוּן עס איז געװען צוּם סָוף פֿוּן פֿערציק טעג, האָט נֹח געעפֿנט דעם פֿענצטער פֿוּן דער תּבֿה װאָס ער האָט געמאַכט.
ז אוּן ער האָט אַרױסגעשיקט דעם ראָבּ, אוּן ער איז אַרױס הין און צוריק, ביז דאָס װאַסער איז אָפּגעטריקנט געװאָרן פֿוּן דעם געזיכט פֿוּן דער ערד.
ח האָט ער אַרױסגעשיקט פֿוּן זיך די טױבּ, צוּ זען אױבּ דאָס װאַסער איז אָפּגעפֿאַלן פֿוּן דעם געזיכט פֿוּן דער ערד.
ט אָבּער די טױבּ האָט ניט געפֿונען קײן אָפּרו פֿאַר איר פֿוּסטריט, אוּן זי האָט זיך אוּמגעקערט צוּ אים אין דער תּבֿה, װײַל װאַסער איז געװען אױפֿן געזיכט פֿוּן דער גאַנצער ערד. האָט ער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, אוּן האָט זי גענומען אוּן זי אַרײַנגעבראַכט צוּ זיך אין דער תּבֿה.
י אוּן ער האָט אָפּגעװאַרט נאָך אַנדערע זיבּן טעג, אוּן האָט װידער אַרױסגעשיקט די טױבּ פֿון דער תּבֿה.
יא אוּן די טױבּ איז געקומען אין אָװנטצײַט, ערשט אַן אָפּגעריסן אײלבערטבלאַט איז אין איר מױל, און נֹח האָט געװוּסט אַז דאָס װאַסער איז אָפּגעפֿאַלן פֿוּן דער ערד.
יב האָט ער אָפּגעװאַרט נאָך אַנדערע זיבּן טעג, אוּן האָט אַרױסגעשיקט די טױבּ, אוּן זי האָט זיך מער ניט אומגעקערט צו אים װידער.
יג אוּן עס איז געװען אין דעם זעקס הוּנדערט אוּן ערשטן יאָר, אין ערשטן חוֹדש, אין ערשטן טאָג פֿוּן חוֹדש, איז אָפּגעטריקנט געװאָרן דאָס װאַסער פֿוּן דער ערד, אוּן נֹח האָט אַראָפּגענוּמען דעם דעק פֿוּן דער תּבֿה, אוּן האָט אַ קוּק געטאָן, ערשט דאָס געזיכט פֿוּן דער ערד איז טרוּקן.
יד אוּן אין צװײטן חוֹדש, אין זיבּן און צװאַנציקסטן טאָג פֿוּן חוֹדש, איז אױסגעטריקנט געװאָרן די ערד.
טו און גאָט האָט גערעדט צוּ נֹחן, אַזױ צוּ זאָגן:
טז גײ אַרױס פֿוּן דער תּבֿה, דוּ, אוּן דײַן װײַב, אוּן דײַנע זין, אוּן די װײַבער פֿוּן דײַנע זין, מיט דיר.
יז יעטװעדער לעבעדיקע זאַך װאָס מיט דיר, פֿוּן אַלע לײַבער, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בּהמה, סײַ יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, בּרענג אַרױס מיט זיך, אוּן זײ זאָלן זיך װידמענען אױף דער ערד, אוּן זיך פֿרוּכפּערן אוּן מערן אױף דער ערד.
יח איז אַרױסגעגאַנגען נֹח, אוּן זײַנע זין, אוּן זײַן װײַבּ, אוּן זײַנע זינס װײַבּער, מיט אים.
יט יעטװעדער חיה, יעטװעדער שרץ, אוּן יעטװעדער פֿױגל, אַלץ װאָס באַװעגט זיך אױף דער ערד, לױט זײערע משפּחות, זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿוּן דער תּבֿה.
כ אוּן נֹח האָט געבּױט אַ מזבּח צוּ גאָט, אוּן ער האָט גענומען פֿוּן אַלע רײנע בּהמות, אוּן פֿון אַלע רײנע פֿױגלען, אוּן האָט אױפֿגעבּראַכט בּראַנדאָפּפֿער אױפֿן מזבח.
כא אוּן גאָט האָט געשמעקט דעם געשמאַקן ריח, אוּן גאָט האָט געזאָגט אין זײַן האַרצן: איך װעל מער װידער ניט פֿאַרשילטן די ערד פֿוּן װעגן דעם מענטשן; װאָרום די טראַכטונג פֿוּן דעם מענטשנס האַרצן איז שלעכט פֿוּן זײַן יוּגנט אָן; אוּן איך װעל מער װידער ניט דערשלאָגן אַלץ װאָס לעבּט, אַזױ װי איך האָבּ געטאָן.
כב אַזױ לאַנג װי די טעג פֿוּן דער ערד, זאָל זײאונג אוּן שניט, אוּן קעלט אוּן היץ, אוּן זומער אוּן װינטער, אוּן טאָג אוּן נאַכט, ניט אױפֿהערן.