טייטש יהואש בראשית פרק ז

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ (חומש בית יהודה ווערסיע בראשית ז)


א און גאָט האָט געזאָגט צו נֹחן: גײ אַרײַן דו און דײַן גאַנץ הױזגעזינט אין דער תּבֿה, װאָרום דיך האָב איך געזען גערעכט פֿאַר מיר אין דעם דאָזיקן דור.
ב פֿון אַלע רײנע בהמות זאָלסטו דיר נעמען צו זיבן און זיבן, איטלעכס מיט זײַן פּאָר; און פֿון די בהמות װאָס זײ זײַנען ניט רײן, צו צװײ, איטלעכס מיט זײַן פּאָר.
ג אױך פֿון די פױגלען פֿון הימל צו זיבן און זיבן, אַן ער און אַ זי, כּדי צו דערהאַלטן זאָמען אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד.
ד װאָרום אין זיבן טעג אַרום, מאַך איך רעגענען אױף דער ערד פערציק טעג און פערציק נעכט, און איך װעל אָפּמעקן דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס איך האָב געמאַכט, פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד.
ה און נֹח האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט אים באַפױלן.
ו און נֹח איז געװען זעקס הונדערט יאָר אַלט, װען דער מבול איז געװען אױף דער ערד.
ז און נֹח, און זײַנע זין, און זײַן װײַב, און זײַנע זינס װײַבער, מיט אים, זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין דער תּבֿה, פֿון װעגן דעם װאַסער פֿון מבול.
ח פֿון די רײנע בהמות, און פֿון די בהמות װאָס זײַנען ניט רײן, און פֿון די פױגלען און אַלץ װאָס קריכט אױף דער ערד,
ט זײַנען צו צװײ צו צװײ אַרײַנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער תּבֿה, אַ זָכר און אַ נקבֿה, אַזױ װי גאָט האָט באַפױלן נֹחן.
י און עס איז געװען צו זיבן טעג, אַזױ איז דאָס װאַסער פֿון מבול געװען אױף דער ערד.
יא אין דעם זעקס הונדערטסטן יאָר פֿון נֹחס לעבן, אין צװײטן חודש, אין זיבעצנטן טאָג פֿון חודש, אין דעם דאָזיקן טאָג האָבן אױסגעבראָכן אַלע קװאַלן פֿון גרױסן תּהָום, און די פענצטער פֿון הימל האָבן זיך געעפנט.
יב און דער רעגן איז געװען אױף דער ערד פערציק טעג און פערציק נעכט.
יג אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג זײַנען אַרײַנגעגאַנגען נֹח, און שֵם, און חָם, און יֶפֶת, נֹחס זין, און נֹחס װײַב, און די דרײַ װײַבער פֿון זײַנע זין מיט זײ, אין דער תּבֿה;
יד זײ, און אַלע חיות לױט זײערע מינים, און אַלע בהמות לױט זײערע מינים, און אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד לױט זײערע מינים, און אַלע עופות לױט זײערע מינים, איטלעך פױגל, איטלעך געפליגל.
טו און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער תּבֿה, צו צװײ, צו צװײ פֿון אַלע לײַבער װאָס אין זײ איז דאָ אַן אָטעם פֿון לעבן.
טז און די װאָס זײַנען אַרײַנגעגאַנגען, זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אַ זָכר און אַ נקבֿה פֿון אַלע לײַבער, אַזױ װי גאָט האָט אים באַפױלן; און גאָט האָט פֿאַרשלאָסן הינטער אים.
יז און דער מבול איז געװען פערציק טעג אױף דער ערד, און די װאַסערן האָבן זיך געמערט, און זײ האָבן געטראָגן די תּבֿה, און זי האָט זיך אױפֿגעהױבן איבער דער ערד.
יח און די װאַסערן האָבן זיך געשטאַרקט, און האָבן זיך זײער געמערט אױף דער ערד, און די תּבֿה איז געגאַנגען אױף דער אױבערפלעך פֿון די װאַסערן.
יט און די װאַסערן האָבן זיך זײער זײער געשטאַרקט אױף דער ערד; און עס זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן אַלע הױכע בערג װאָס אונטערן גאַנצן הימל.
כ פופצן אײלן אַריבער האָבן זיך די װאַסערן געשטאַרקט, און די בערג זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן.
כא און עס איז אומגעקומען יעטװעדער לײַב װאָס באַװעגט זיך אױף דער ערד, סײַ אַ פױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ אַ חיה, סײַ יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, און יעטװעדער מענטש;
כב אַלץ װאָס אין זײַנע נאָזלעכער איז געװען אַ הױך פֿון אַ לעבעדיקן אָטעם, אַלץ װאָס אױף דער יבשה, איז געשטאָרבן.
כג און ער האָט אָפּגעמעקט דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה, ביז אַ שרץ, און ביז אַ פױגל פֿון הימל; און זײ זײַנען אָפּגעמעקט געװאָרן פֿון דער ערד, און נאָר נֹח איז געבליבן, און די װאָס מיט אים אין דער תּבֿה.
כד און די װאַסערן האָבן זיך געשטאַרקט אױף דער ערד הונדערט און פֿופֿציק טעג.

ביאורי פסוקים