טייטש יהואש בראשית פרק י
אויסזען
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ ([[חומש בית יהודה {{{1}}} {{{2}}}|חומש בית יהודה ווערסיע {{{1}}} {{{2}}}]])
- א אוּן דאָס זײַנען די געבּורטן פֿוּן נֹחס קינדער: שֵם, חָם, אוּן יָפֶֿת; אוּן בּײַ זײ זײַנען געבּאָרן געװאָרן זין נאָכן מבּול.
- ב די זין פֿוּן יֶפֶֿתן זײַנען געװען: גוֹמֶר, אוּן מָגוֹג, אוּן מָדַי, אוּן יָוָן, אוּן תּוּבַל, אוּן מֶשֶך, אוּן תּירָס.
- ג אוּן די זין פֿוּן גוֹמֶרן: אַשכּנַז, אוּן ריפַֿת, אוּן תּוֹגַרמָה.
- ד אוּן די זין פֿוּן יָוָנען: אֶלישָה, אוּן תַּרשיש, כִּתּים, אוּן דוֹדָנים.
- ה פֿוּן די דאָזיקע האָבּן זיך פֿאַנאַנדערגעשײדט די אינדזלען פֿוּן די פֿעלקער אין זײערע לענדער, איטלעכער לויט זײַן לשון, לויט זײערע משפּּחות, אין זײערע פֿעלקער.
- ו אוּן די זין פֿוּן חָמען זײַנען געװען: כּוּש, אוּן מִצרַיִם, אוּן פּוּט, און כּנַעַן.

