טייטש יהואש בראשית פרק ט

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ ([[חומש בית יהודה {{{1}}} {{{2}}}|חומש בית יהודה ווערסיע {{{1}}} {{{2}}}]])


א אוּן גאָט האָט געבּענטשט נֹחן אוּן זײַנע זין, אוּן האָט צוּ זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך אוּן מערט אײַך, אוּן פֿילט אָן די ערד.
ב אוּן אײַער מוֹרא אוּן אײַער שרעק זאָל זײַן אױף יעטװעדער חיה פֿוּן דער ערד, אוּן אױף יעטװעדער פֿױגל פֿוּן הימל, אױף אַלץ װאָס די ערד װידמענט, אוּן אױף אַלע פֿישן פֿוּן ים; אין אײַער האַנט זײַנען זײ איבּערגעגעבּן.
ג אַלץ װאָס בּאַװעגט זיך, װאָס לעבּט, זאָל זײַן פֿאַר אײַך צוּם עסן; אַזױ װי גרינע קרײַטעכץ האָבּ איך אײַך דאָס אַלץ געגעבּן.
ד נאָר פֿלײש מיט זײַן לעבּן, זײַן בּלוּט, זאָלט איר ניט עסן.
ה אוּן פֿאַרװאָר, אײַער בּלוּט, פֿוּן אײַערע נפֿשות, װעל איך אױפֿמאָנען; פֿוּן דער האַנט פֿוּן איטלעכער חיה װעל איך עס אױפֿמאָנען, אוּן פֿוּן דער האַנט פֿוּן דעם מענטשן, פֿוּן דער האַנט פֿוּן דעם מענטשן זײַן בּרוּדער, װעל איך אױפֿמאָנען דאָס לעבּן פֿוּן אַ מענטשן.
ו דער װאָס פֿאַרגיסט דאָס בּלוּט פֿוּן אַ מענטשן, זאָל דורך אַ מענטשן זײַן בּלוּט פֿאַרגאָסן װערן; װאָרום אין דער געשטאַלט פֿון גאָט האָט ער געמאַכט דעם מענטשן.
ז אוּן איר, פֿרוּכפּערט אײַך אוּן מערט אײַך; װידמענט אײַך אױף דער ערד, און מערט אײַך אױף איר.


ח אוּן גאָט האָט געזאָגט צוּ נֹח'ן און צו זײַנע זין מיט אים, אַזױ צו זאָגן.
ט און איך, זע, איך שטעל אױף מײַן בונד מיט אײַך, און מיט אײַער זאָמען נאָך אײַך.
י און מיט יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש װאָס מיט אײַך, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ יעטװעדער חיה פֿון דער ערד מיט אײַך, פֿון די אַלע װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבה, אַלע לעבּעדיקע זאַכן פֿון דער ערד.
יא אוּן איך וועל אויפשטעלן מיין בּונד מיט אַייך, און עס וועלן מער ניט פאַרשניטן ווערן אלע לייבּער פון א מבּול-געוויסער, און עס וועט מער ניט זיין קיין מבּול אוּמצוּבּרענגען די ערד.
יב און גאָט האָט געזאָגט: דאָס איז דער צײכן פֿון דעם בונד װאָס איך גיב צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש װאָס מיט אײַך, אױף אײביקע דורות:
יג מײַן בױגן האָב איך אַרײַנגעטאָן אין װאָלקן, און ער װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון בונד צװישן מיר און צװישן דער ערד.
יד און עס װעט זײַן, װען איך טו װאָלקענען אַ װאָלקן אױף דער ערד, אַזױ װעט זיך באַװײַזן דער בױגן אין דעם װאָלקן,
טו און איך װעל זיך דערמאָנען אָן מײַן בונד װאָס צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש פֿון אַלע לײַבער, און דאָס װאַסער װעט מער ניט װערן אַ מבול אומצוברענגען אַלע לײַבער.
טז און דער בױגן װעט זײַן אין דעם װאָלקן, און איך װעל קוקן אױף אים, כּדי זיך צו דערמאָנען אָן דעם אײביקן בונד צװישן גאָט און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש פֿון אַלע לײַבער װאָס אױף דער ערד.
יז און גאָט האָט געזאָגט צו נֹחן: דאָס איז דער צײכן פֿון דעם בונד װאָס איך האָב אױפֿגעשטעלט צװישן מיר און צװישן אַלע לײַבער װאָס אױף דער ערד.


יח און די זין פֿון נֹחן װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה, זײַנען געװען שֵם, חָם, און יֶפֿת; און חָם, דאָס איז דער פֿאָטער פֿון כּנַעַן.
יט די דאָזיקע דרײַ זײַנען געװען די זין פֿון נֹחן, און פֿון זײ האָט זיך צעשפּרײט די גאַנצע ערד.


כ און נֹח דער אַקערמאַן האָט גענומען און האָט געפֿלאַנצט אַ װײַנגאָרטן.
כא און ער האָט געטרונקען פֿון דעם װײַן, און איז געװאָרן שיכּור און האָט זיך אָפּגעדעקט אין זײַן געצעלט.
כב האָט חָם דער פֿאָטער פֿון כּנַעַן געזען די נאַקעטקײט פֿון זײַן פֿאָטער, און האָט דערצײלט זײַנע צװײ ברידער דרױסן.
כג האָבן שֵם און יֶפֿת גענומען אַ מאַנטל, און אַרױפֿגעטאָן אױף זײערע בײדנס אַקסלען, און זײ זײַנען געגאַנגען הינטערװײַלעכס, און האָבן צוגעדעקט די נאַקעטקײט פֿון זײער פֿאָטער, מיט זײערע פּנימער אַהינטער, און זײ האָבן ניט געזען די נאַקעטקײט פֿון זײער פֿאָטער.
כד און נֹח האָט זיך אױסגעניכטערט פֿון זײַן װײַן, און האָט געמערקט װאָס זײַן ייִנגערער זון האָט אים געטאָן.
כה און ער האָט געזאָגט: פֿאַרשאָלטן זאָל זײַן כּנַעַן, אַ קנעכט פֿון קנעכט זאָל ער זײַן בײַ זײַנע ברידער.
כו און ער האָט געזאָגט: געלױבט איז יהוה דער גאָט פֿון שֵם; און כּנַעַן זאָל זײַן אַ קנעכט בײַ זײ.
כז דערברײטערן זאָל גאָט יֶפֿתן[1], און ער זאָל רוען אין די געצעלטן פֿון שֵם; און כּנַעַן זאָל זײַן אַ קנעכט בײַ זײ.
כח און נֹח האָט געלעבט נאָכן מבול דרײַ הונדערט יאָר און פֿופֿציק יאָר.
כט און אַלע טעג פֿון נֹחן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און פֿופֿציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.

  1. וואָרטשפּיל: יַפְתְּ-יֶפֶת.