לדלג לתוכן

ילקוט יהודה בראשית ב

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרשת בראשית: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח
פרשת בראשית אין pdf דאקומענט


נישט גוט קאמפּאָנירן מיט שלעכטע
בראשית א ד - ויבדל אלהים בין האור ובין החושך

פארוואס זאגט ער דא נישט מיט וואס ער האט געמאכט דעם ויבדל? נאר דאס איז דער "ויבדל" – "אלהים", דאס ווארט אלהים האט אפגעשיידט, "בין האור ובין החשך", ביי אור שטייט אלהים, "ויקרא אלהים לאור יום" – אבער ביי דעם חושך האט ער נישט געשריבן אלהים, נאר "ולחשך קרא לילה" – האט ער דעם ווארט אלהים ביי חושך פארפעלט. "ויבדל אלהים" ער האר אפגעטיילט דעם אלהים, בין האור איז דא אלהים, ובין החשך איז נישטא.

דער דור און די מנהיגים
הראה הקב"ה לאדם הראשון דור דור ומנהיגיו דור דור ושופטיו. (מדרש בראשית).

השי"ת האט געוויזן צו אדם יעדן דור און זיין מנהיג, יעדן דור און זיינע שופטים, די רבנים – פרעגט מען: פארוואס האט הקב"ה נישט געוויזן אים פריער דעם מנהיג און דערנאך דעם דור?

דער תירוץ איז איז ווי פאלגנדיק: ווען גאט וואלט אים געוויזן דעם מנהיג פריער, און אדם וואלט דערזען, וואס פאר א זעלטענער מנהיג איז דאס, פון היינטיקע צייטן... פון אונזערע מנהיגים וועלכע מיר האבן יעצט, א פרעזידענט (אין שול) א נידריקע שמוציקע בריאה... אן עם הארץ א רב, און ער וועט זיך שרייבן הרב הגאון, וואלט אדם זיך שטארק צעוויינט. האט גאט אים געוויזן דעם דור, וואס פאר א סארט ברואים זיי זיינען, דאן האט ער געקענט פארשטיין אז דער מנהיג פאסט ריכטיק, און אנגעמאסטן פאר זיי.

לעב גליקלעך אויך דער וועלט
בראשית ב טו - ויצו ה אלהים על האדם: מכל עץ הגן אכל תאכל ומעץ הדעת טוב ורע לא תאכל ממנו.

השי"ת גלייכט (= האט נישט ליב) נישט די מענטשן, וועלכע ווילן נאר אפּקומען (= ליידן) אויף דער וועלט, כסדר פאסטן און פּלאָגן זיך (= פּייניקן זיך). ניין זאגט גאט: איך האס אזא סארט לעבן, איך האב באשאפן א שיינע וועלט, טא האט הנאה פון איר, נאר מיט דעם וועג פון דער תורה.

"ויצו ה אלהים על האדם", און שטרענג האט גאט ב"ה, פארזאגט (= באפוילן) דעם מענטש: "מכל עץ הגן אכל תאכל", פון אלע בוימער פון דעם גארטן זאלסטו עסן, כשר זאלסטו עסן. אבער "ומעץ הדעת טוב ורע", פון דעם טריפה'ן בוים "לא תאכל", זאלסטו נישט עסן, אבער אלעס וואס מען מעג "אכל תאכל". ודו"ק.

דער מענטש און די שלאנג
פרק ג פסוק טו - הוא ישופך ראש ואתה תשופנו עקב.

דו אדם דו וועסט דעם שלאנג אימער קלאפן אויף זיין קאפ, – און דו שלאנג, דו וועסט אים אימער בייסן זיין טריט. דו שלאנג, זיי וויסן, אז מיט דעם, וואס דא האסט אים געמאכט עסן פון עץ הדעת, האסטו אים גורם געווען, אז אים וועט קיין מאל זיין גענוג, וויפל ער וועט פארדינען, וועט ער גלוסטן אלץ מער און מער, דאדורך (= דורך דעם) וועט ער ארומגיין אזוי ווי אן א קאפ, אן מוח, צודולט, (= צעמישט, מבולבל) וועט ער דארום (= דעריבער) קלאפן דיין קאפ, ווייל דו האסט צוגענומען זיין קאפ.... און דיר האב איך אפגעהאקט דיינע פיס, און קריכסט אויף דיין בויך, דאס איז צוליב אים, ביסטו געבליבן אן פיס, דארום (= דעריבער) וועסטו אים אימער אין זיינע פיס בייסן, דו וועסט ראכע נעמען (= נקמה נעמען) פון אים פאר דיינע פיס, ער וועט ראכע נעמען (= נקמה נעמען) פון דיר פאר זיין קאפ... "הוא ישופך ראש"... "ואתה – תשופנו עקב", ודו"ק היטב.