לדלג לתוכן

ילקוט יהודה בראשית א

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרשת בראשית: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח
פרשת בראשית אין pdf דאקומענט


פאר דרשנים
בראשית א א - אין המקרא יוצא מידי פשוטו וכו' בשביל התורה שנקראת ראשית, ובשביל ישראל שנקראו ראשית. (רש"י)

די תורה בעט זיך ביי די דרשנים: איז איר גייט א דרשה זאגן, און איר הייבט אן מיטן א פסוק אדער א מאמר חז"ל, זאל עס זיין "בשביל התורה" – לשמה הייסט עס. די תורה זאל זיין צופרידן, עס זאל זיין על דרך התורה ומצוה – און דאס הייסט "אין המקרא אומר אלא דרשוני" – דער פסוק בעט זיך: מען זאל אים דרש'ענען, אבער "בשביל התורה שנקראה ראשית" איר דרש'ענט צוליב די תורה, דער תורה זאל זיין צופרידן. מוסר – און סתם על דרך התורה.

און עס זאל זיין אויך "בשביל ישראל שנקראו ראשית", צוליב די יידן, וועלכע ווערן גערופן "ראשית". ד. ה – זאגן פאר די יידן אזעלכע זאגעכץ, וואס יידן דארפן הערן, נוצבאר פאר זיי, נישט זאגן זיי חקירה, אדער ווי גרויס איז יעדער פלאנעט…. וואס דער המון עם דארף עס נישט וויסן. אפילו אויב ער פארשטייט…. נישט פארברענגען מיט נארישקייטן.

זאגט איר א וויץ, זאל עס זיין דורך און דורך מוסר, אז ער וועט זיך איבערלייגן, עס זאל זיין "בשביל התורה", און "בשביל ישראל… "בראשית" - בשביל, צוליב די ביידע ראשית דרש'שענט בשביל ישראל וואס וועט גערופן ראשית ובשביל התורה שנקראת ראשית.

חבר זיך מיט גוטע
בראשית א ה - ויקרא אלהים לאור יום ולחושך קרא לילה, מכאן שאין הקב"ה מיחד שמו לרעה, דאלו ביום כתיב ויקרא אלהים, ובחושך לא כתיב אלהים. (מדרש בראשית).

גאט האט גערופן די דער ליכט טאג, און צו דעם פינצטערניש האט ער גערופן נאכט. דען – ביי דעם טאג שטייט "ויקרא אלהים", גאט האט גערופן לאור יום", צו דער ליכט טאג. און ביי פינצטערניש שטייט "ולחושך קרא לילה", און צו דעם פינצטערניש האט ער גערופן נאכט, נישטא קיין ווארט אלהים.

פילע וואונדערן זיך: די ראיה וואס דער מדרש ברענגט איז נישט קיין ראיה, ווייל מיר געפינען אין פילע פלעצער אזוי, אפילו דא אין בראשית גופא, "ויקרא אלהים ליבשה ארץ, ולמקוה המים קרא ימים" – אומעטום איז גאטס נאמען געזאגט אין אנהייב פסוק, נאכער ענדיקט ער מיט א וואָו הנוסף ווי "ולמקוה המים".

זאגן מיר א טעם, גאר אן אנדעררער. דען (= ווייל) שטענדיק איז דער שטייגער, דאס די נאכט איז בעפאָר (= פאר) טאג דערמאנט, אזוי ווי "ויהי ערב ויהי בקר", האט ער דאך אויך געדארפט שרייבן, "ויקרא אלהים לחשך לילה ולאור קרא יום" – ווי דער שטייגער איז אומעטום. מוזן מיר זאגן אזוי – ווייל עס שטייט זאגט דער מדרש, "ויקרא אלהים לאור יום", פריער פאר דעם פינצטערניש, צו ווייזן אז אין הקב"ה מיחד שמו לרעה.

ווען ער וואלט אנגעהויבן פון נאכט, ד. ה. פון דעם פינצטערניש, וואלט ער דאך געמוזט זאגן "ויקרא אלהים לחשך לילה, און אז ער האט משנה געווען און געשריבן פארקערט, איז א באווייז "שאין הקב"ה מיחד שמו לרעה.