לדלג לתוכן

ילקוט יהודה הקדמה

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרשת בראשית: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: 1 - - 2 - - 3 - - 4 - - 5 - - 6 - - 7 - - 8
פרשת בראשית אין pdf דאקומענט


איינציגע ווערטער פון מחבר

אלע די וועלכע האבן מיינע ספרים, ווייסן אז איך האב פיינט אלע התנצלות צו שרייבן אין דער הקדמה. אין דענק אז איך טו קיין רעה די וועלט מיט מיינע ספרים, ווייל אלע די וואס האבן מיינע ספרים, פרעגן מיר ווארום (= פארוואס) איך שווייג און לאז זיך נישט הערן מיט א נייעם ספר.

אין דער אמת האב איך שווייגענדיק די איינציגע יאר, געארבעט זייער שווער, און געשריבן אט דעם ספר "ילקוט יהודה", א זאמלונגען פון מאמרים אויף תורה נביאים וכתובים, עין יעקב און פילע מדרשים. אלע מיינע משלים וועגן אלעס, חנוך בנים, ימים נוראים, ימים טובים, אויף אלעס וואס עס קען פארקומען אין מענטשנס לעבן. ווערטלעך, געדאנקען, קורצע מכתמים, וואס אנטהאלט מוסר, חכמה, זיטן (מידות), וואס יעדער ווארט קען געזאגט ווערען אויף דער בימה, וועלכע דער עולם, אלע קלאסן ליבן עס און גלייכן עס און נעמען עס אן מיט פארגעניגן. טויזענטע טויזענטע ווערטער, געקליבענע, מיינע אייגענע וואס איך האב גערעדט אין מיין לעבן.

די וואס וועלען צוגעבן וועלען זען אז אזא אוצר בלום, האבן זיי נאך קיינמאל געזען. איך ווייס אויך אז די וואס וועלען קיינמאל צוגעבן אז עס איז גוט, וועלען אויך האבן דעם ספר און נוצן אימער. די זאך איז נאר וואכ צוליב קאסטן פון דרוק, גיב איך ארויס א דריטל איצט, דאס איז דער ספר "ילקוט יהודה". דער ערשטער סעט פארנעמט זיבן בענדער. דער צווייטער דריטל וועט זיין ניין בענדער. אויך דער דריטער דריטל וועט זיין דאס זעלבע.

אז השי"ת וועט מיר האלטן אויף דער וועלט וועלען אלע פינף און צוואנציק בענדער זיין א ריזיקער ספר.

און אז איר וועט אריינקוקן אין ספר, וועט איר צוגעבן אז איך דארף נישט קיינע התנצלות מאכן אין דער הקדמה, אזא מבין איז אויך דער מחבר, וואס ער ווייסט וואס א ספר איז.

דער מחבר