ילקוט יהודה בראשית ו

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרשת בראשית: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח
פרשת בראשית אין pdf דאקומענט


פאר ציון
אומר לצפון תני, ולתימן אל תכלאי. בראשית, (הפטרה בראשית, ישעיה מ"ב)

צפון זיינען די רייכע, די יידעלעך, די גבירים, וואס זיי ווילן נישט גיין אין ארץ ישראל, וועל איך זאגן צו די אומות, גיט ארויס מיינע קינדער, איך וויל זיי האבן אין מיין לאנד, די וועלכע איך האב זיי געגעבן, גיט זיי ארויס איבער געוואלד. "ולתימן אל תכלאי", תימן איז די דרום יידן, די חכמים, מופלגים, פרומע, זיי האבן קיין מעגליכקייט נישט צו גיין אין ארץ ישראל, זיי זיינען פארשלאסן, וועל איך זיי אפשליסן און ברענגען אין ציון.

אדער, דאס מיינט, "אומר לצפון תני", די גבירים, די יידישע, צו זיי וועל איך זאגן, גיט געלט פאר ציון, און צו די פרומע פארמיידט אויך נישט צו זיין איבערגעגעבן פאר ציון. "ולתימן אל תכלאי", שטערט נישט, העלפט וואס איר קענט.

קארגע קינ'ס משפחה
ויהי מקץ ימים ויבא קין מנחה לה'.

די קארגע, די קמצנים, די פראצענטניקעס, די הויט שינדער, די פארמאכמע לאפעס, ווען ווערען די מאדערנע קינ'ס גואהארציג פונקט אזוי ווי דער אלטער קין, זייער פרעזידענט, דער זונדעלע פון אדם, איז געווארן מילד, "ויהי מקן ימים", אז ער קומט צו דער ענדע זיינע, צו די ענדע יארן, אדער עס קומט אויף אים שרעקלעכע יסורים, ווען ער ווינטשט זיך דעם טויט, דאן ווערט ער גוט און פרום. "ויהי", א צרה – אן אומגליק. אדער "מקץ ימים", אויף דער עלטער, ווען ער שטייט שוין מיט איין פוס אין קבר... דאן הויבט ער אן ברענגען א "מנחה לה", און אויך דאן קען ער נישט געבן אזא זאך, וואס דער מקבל זאל האבן הנאה, דאן גיט ער א גלאטע מטבע. – אבער צו אזעלכע קינ'ס "ואל קין ואל מנחתו לא שעה", צו די קינ'ס קערט זיך גאט נישט אום, אפילו א קוק צו טאן אויך נישט צו זייער מנחה. גיי דו שמוציקע בריאה, איך קען דאך דיר, אז צוליב א טאלער, קענסטו דאך א מענטשן טויטן. איך וויל דיר נישט קענען.

* * * * *

א קארגער גביר, איז איינציגע יאר געווען קראנק אויף צו זיינע פיס. גיין צו א דאקטאר קטסט דאך געלט, טויג דאך נישט. האט דער קין אנגעטראפן דעם דאקטאר אין גאס, פרעגט ער דעם דאקטאר, זאגט מיר דאקטאר, איך בין זייער שוואך אויף מיינע פיס, וואס זאל איך נעמען?

נעמט די קאר, מיין ליבער מאן, האט דער דאקטאר געזאגט צו אים.

* * * * *

די קארגע זיינען געגליכן צו די הייסע אויסגעטרוקענע קענטע זאמד פון מדבר זאכארא. זיי זאפן איין יעדן טראפן רעגן, און לאזן נישט וואקסן קיין בלימעלע און גרעזעלע, אום אירגענד וועלכע נוצן צו ברענגען פאר די מענטשהייט.

* * * * *

דעם ארעמאן פעלט פיל, דער קארגער האט גאר נישט. הבל'ן איז בעסער פאר אלע קינ'ס.

* * * * *

צוויי זיינען אומנוצלעך ביים לעבן - א קארגער, און א געשטאפטער חזיר.

* * * * *

דער טויט פון דעם קארגן, איז דאס זיין איינציגע בעסטע גוטע טאט.

* * * * *

קארגע זיינען געגליכן צו שפאנדזשעס, וועלכע נעמען – און געבן גארנישט ארויס, סיידן מען קוועטשט זיי.

* * * * *

קארגע, אז זיי גיבן עמעצן שלום, גיבן זיי מיט צוויי פינגער, ווייל זיי האבן מורא צו עפענען זייער הענטעלע, טאמער וועט עפעס ארויספאלן.

קין והבל, דור הפלגה ודור המבול

דאס איז קנאה, תאוה און כבוד: קין והבל, איז קנאה; דור המבול איז, תאוה; דור הפלגה, איז כבוד. ווי זיי האבן אליין געזאגט ונעשה לנו שם, מיר זאלן זיך מאכן א נאמען. און הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם.

* * * * *

אדם הראשון האט געגעסען פונ'ס עץ הדעת, אום צו קריגן "דעת" - און מיר זיינע קינדער גיבן אוועק דעם דעת, פאר דעם עסן.

* * * * *

אלע דראפן זיך און קלעטערן אין דער הויך צו קריגן די סודות פון דער וועלט. גאנץ ווייניק קומען ארויף, און נאך ווייניקער בלייבן אויבן... א סאך קריגן קאפ-שווינדל און פאלן אין גאנצן ארונטער.