לדלג לתוכן

ילקוט יהודה בראשית ח

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרשת בראשית: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח
פרשת בראשית אין pdf דאקומענט


די וועלט

די וועלט איז א ים הגדול, דעם מענשענס לעבן איז א שיף, גאט האלט דעם רודער. דעם בלאזט א גוטער ווינט, דעם א שטורם, אבער, צו איין ברעג מוזן אלע קומען.

* * * * *

ביכער ווערען געל, דאס בוך פון נאטור איז אימער גרין... ער דערשיינט יעדעס יאר, אין אן נייער אויסגאבע...

* * * * *

ווי אזוי קען איך געבן פון מיין ברויט, מיין געלט, מיין פראצע צו ארעמע וועלכע גאט האט זיי פיינט. ווען ער וואלט. ווען ער וואלט זיי געליבט, וואלט ער נישט געבן זיי ארעמקייט. גאט וואס ער טוט איז ער גערעכט, האט א קארגער זאגט צו א אורח הגון.

מיין טייערער קמצן, איר וועט גיין אין גאס און איר וועט זיך אויסברעכען א פוס, דורך אן עקצידענט. זאלט איר ליגן אין אייערע געהאקטע וואונדן, היילט אייך נישט, געוויס איז די סיבה פון גאט...


* * * * *

ס'איז א גרויסער חסד פון זיין ליבן נאמען, וואס ער האט אריינגעגעבן יעדן באשעפעניש א באזונדער חוש הריח צו דערפילן א מזיק, און צוהיטן זיך פאר אים. א גביר א קמצן, מעג ער זיין דער גרעסטער שוטה, האט ער פונדעסטוועגן א גוטן חוש הריח אויף אן ארעמאן, צו דערשמעקן אים פון ווייטן, - און גיט זיך אן עצה...

* * * * *

א רייכער מאן האט פארלוירן טויזענט טאלער, און האט געלאזט אויסרופן, ווער עס וועט געפינען און צוריקברענגען קריגט צוויי הונדערט טאלער. אן ארעמאן ייד האט געפונען און אים געבראכט, נעמט דער רייכער פינף דאלער און גיט אים. מיר קומט צוויי הונדערט זאגט דער ארעמער.

זאגט דער רייכער מיר פעלט צוויי הונדערט דאלער פון דעם געלט, עס איז מער נישט ווי אכט הונדערט, גייט מען צום רב. דער רב הערט אויס די טענות.

אויב אזוי האט דער רב גע'פסקענ'ט: דער נגיד האט פארלוירן טויזענט טאלער, דא איז אבער אכט הונדערט, איז עס נישט זיין געלד, געהערט עס צום ארעמאן אין גאנצן.

* * * * *

א העזה פון קארגן גביר, ער גיט דעם ארעמאן גארנישט, און בעט נאך אז ער זאל קיין פאראיבל (= תערומת) האבן. אפילו דאס פארגינט ער אויך נישט.

* * * * *

ווייב אדם איז געווען דער איינציקער מאן, וועלכען דאס ווייב האט נישט באשולדיגט, אז ער ליבט אנדערע...

* * * * *

אדם הראשון איז געווען דער גליקליכסטער מענטש, ווייל פרויען קליידער זיינען דאן געוואקסן אויף די בוימער...

* * * * *

ווען גאט וואלט ארויסגעטריבן פון גן עדן נאר אדם'ן, וואלט ביי אדם'ן, דער מדבר ערשט געווען – א ריכטיקער "גן עדן".

* * * * *

זינט עס איז געלונגען א שלאנג צו פארפירן א חוה, פרובירן אלע שלאנגען צו טאן דאס זעלבע.

* * * * *

א גוטע פרוי איז געווען חוה, זי האט אים געפיקסט, אז א פרוי זאל נישט לעבן אייביק.

* * * * *

א גוטע פרוי איז געווען חוה, ווען נישט זי וואלט נאך אדם עד היום ארומגעגאנגען אן הויזן...