לדלג לתוכן

ילקוט יהודה בראשית ג

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרשת בראשית: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח
פרשת בראשית אין pdf דאקומענט


גאוה
פרק ג פסוק טו - הוא ישופך ראש ואתה תשופנו עקב.

אדם מיין טייערער[1], איך זאג דיר אן אז דו זאלסט זיין פארזיכטיק מיין טייערער. "הוא" דער נחש, דער "יצר הרע", וועט דיר וועלן מאכן זינדיקן, האט ער א גוטן מיטל פאר דיר, ער וועט דיר ברענגען צו גאוה, "הוא ישופף ראש", ער וועט דער א קלאפ געבן א שטארקער, מיט דעם וואס ער דיר אויפווייזן, אז דו ביסט א ראש. א קלייניקייט ווער דו ביסט, דו דארפסט זיין א פרעזידענט, א ווייס פרעזידענט, ווייל דו ביסט דאך א – ראש, דאן וועט דיר שוין קיין צרות נישט פעלן, און דו ביסט אומגליקלעך, און דאס וועט דער ברענגען צו אלע צרות און עבירות. "הוא ישופך ראש", ער וועט דיר אימער מיט טרייקייט א קלאפ טאן אין דיין ראש, א קלייניקייט ווער דו ביסט.

"ואתה", – וואס זאלסטו טאן? ווי קענסטו אים מנצח זיין? אז – תשופנו עקב", דו זאלסט זיך מאכן קליין, וועסטו אים דערמיט א ביס טאן, אז דא ביסט גארנישט, נאר, א עקב, דער טריט, דער נידעריגסטער טייל פון קרעפער. (מספר אמרי יואב).

חברות אן אמת
ברא כת של מלאכים, שלום אמר אל יברא שכולו מלא קטטה, אמת אמר אל יברא שכולו מלא שקרים וכו', השליך אמת ארצה. (מדרש בראשית).

פרעגט מען, אז וויבאלד, שלום זאגט אז מען זאל נישט באשאפן דעם מענטש, ווייל אלע זיינען קריגעריש, אמת זאגט נישט באשאפן, ווייל אלע זיינען פול מיט שקרים, טא פארוואס האט השי"ת אראפגעווארפן דעם אמת און נישט דעם שלום?

מיר ווייסן אז דער שלום איז געוויס גערעכט, וואס ער זאגט אז די וועלט איז קריגעריש, נאר מחלוקת'דיק –און זאלן מיר טאקע מיט אן אמת, זיך נישט נארן, איז פאראן שלום אין די שולן? חברות? און אויב איר האט א תלמוד תורה איז דארט שלום פאראן? זאלן מיר זיך נישט נארן, איז דען דאס נישט דער אמת?....

פרעגט זיך טאקע פארוואס איז דאס אזוי? איך מוז אייך אויסזאגן, זאָגאַר (= אפילו) עס איז נישט שיין.... אבער מיר קענען אייך זייער גוט, ווייל ביי אייך פרומע (איר דענקט אזוי אז איר זייט עס!...) איז דער אמת נישטא, ווען אין אייער שול וואלט זיין אמת, ווען איר מיינט עס טאקע, ווען איר בויט די שול אויף אן אמת... תלמוד תורה, אויף אן אמת... סאציאלאגיש, לאזשע, (= לשכה) פאראיין, (= אגודה), אויף אן אמת. אז ביי אייך זאל זיין דער אמת, וואלט טאקע קיין מחלוקת נישט געווען. אבער אז איר זייט פול מיט שקרים, יעדערער פול מיט פאלשע פאליטיק, יעדערער פון אייך איז כולו שקר, אט זאל מען אים נאר אנרירן, וועט ער באלד ארויסגיין, און זוכן צו – צעברעכן די שול, די תלמוד תורה, א. אז. וו. – ווייל איר זייט דורכאויס (= אין גאנצן, לחלוטין. בהחלט) אין שקר.

אלזא (= ובכן, לכן) – צוליב דעם איז דורכאויס (= אין גאנצן, לחלוטין. בהחלט) מחלוקת. שלום זאגט צו גאט: באשאף זיי בעסער נישט, דא איז אזא "בריאה", וואס איז כולו מלא קטטה, אין גאנצן פון מיט מחלוקת. זאגט השי"ת צו אים, צו דעם שלום: מיין טייערער דאס איז ריכטיק, עס איז טאקע אזוי, נאר איך האב א מיטל, איך וועל אראפווארפן דעם אמת אויף דער ערד, אז ער זאל זיך געפינען אין שול, אין תלמוד תורה, אין אלע מענטשן הייזער, און ווען דער אמת וועט ביי זיי זיך געפינען, וועט שוין קיין מחלוקת נישט זיין.

אמת זאגט: מען זאל אים נישט באשאפן דעם מענטש, ווייל ער איז פול מיט שקרים. דו אמת זאגסט טאקע דעם ריינעם אמת, דו ביסט גערעכט זיי זיינען פול מיט שקרים, ווייסטו אבער פארוואס דאס איז? ווייל דו ביסט אין הימל, גיי דו אראפ אויף דער ערד און זיי וועלן דיר אנערקענען, אז זיי וועלן בויען א שול א. אז. וו. מיט אמת, וועסטו שוין זען, ווי גוט וועט זיין... און – "השליך אמת ארצה".

(ביז דעם דור איז טאקע דער אמת געווען אויף דער ערד, און יידישע פרומקייט, איז טאקע געווען באמת, אבער דער דור, איצטיקע צייט, האבן דעם אמת באגראבן אין דער ערד, א טויטן באגראבן זיי באמת...)

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. פשט הפסוק אז דער גאט האט געזאגט די שלאנג "הוא ישופך ראש ואתה תשופנו עקב". און לויט דעם פשט, דעם פסוק איז געזאגט געווארן צו אדמען