ילקוט יהודה בראשית ה

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פרשת בראשית: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח
פרשת בראשית אין pdf דאקומענט


ארעמע און רייכע
בראשית ו ד - הנפילים היו בארץ בימים ההם, וגם אחרי כן, אשר יבואו בני האלהים אל בנות האדם, וילדו להם, המה הגבורים אשר מעולם אנשי השם.

איצטיקע שטייגער איז אזוי: – אויב עס טוט א פארברעכן, איינער פון די ארעמעלייט, פון דער נידריקער קלאס, נישט קיין גביר, נישט קיין יחסן, ווערט א געשריי פון געהויבענע – סטייטש (= וואס טייטש דאס)!? אזא פארברעכן. אבער פון די יחסנים אדער גבירים, וואס זיי טוען אפ איז שא, – "אין פוצה פה ומצפצף", אזוי ווי גארנישט געווען, עס ווערט אויסגעלייזט די רעה, צוליב זיין אייגענעם זכות, אדער זכות פון זיין אנקל (= פעטער)... אפילו א קאזין (= קוזין), שא-שטיל, "כי דודו און בן דודו יגאלנו".

"הנפילים היו בארץ", די אראפגעפאלענע זיינען געווען אין דער לאנד ממזרים – די וועלכע די מאמעס האבן זיי אונטערגעווארפן עמעצן... פון וועמען זיינען די ממזרים פון די וועלכע, – "ויבאו בני האלהים", וואס זיינען געקומען צו גרויסע לייט, אל בנות האדם, צו די טעכטער פון די פראסטן מענטשלעך, און "וילדו להם"... און זיי האבן געבוירן צו זיי - און די ממזרים זיינען דאס – "המה הגבורים" "אשר מעולם", און די זיינען דאס די "אנשי השם"... שא – זאגט נישט אויס, און שא – ווייל זיי זיינען דאך פון די בני האלהים, די גרויסע לייט...

צדקה

דאכט זיך צוויי ברידער, פון איין פאטער און מוטער. קין איז קארג און ברענג א קרבן אביסל גראז. הבל – א שעפס, און דוקא פון די בעסטע. דעם אכזר קין פארדריסט דאס, און שלאגט טויט זיין ברודער. און אזעלכע, האבן מיר אויך איצט גאנץ גענוג. נאך ווייניג וואס זיי אליין געבן נישט, קענען זיי נישט באטראכטן גלייכגילטיק דעם נדבן, און זיי וואלטן אים דער'הרג'ענען.

מאן און פרוי
ויקרא את שמם אדם...

די חכמים רופן צו א מאן אן א פרוי "פלג גוף", א האלבער קערפער, דאס זעלבע א פרוי אויך, – אבער ביידע צוזאמען איז איין קערפער. דער באווייז פון דעם פסוק, "ויקרא את שמם אדם", ביידן צוזאמען האט ער גערופן אדם, דאס איז א מענטש, אבער ח"ו ווען נישט, הייסט עס נישט גאנצער מענטש נאר א האלבער מענטש, פלג גוף.

באדייטונג פון ווארט אדם

אדם האט גערופן גאט דעם עשטן מענטשן, און ביז היינט הייסט דער מענטש אדם, ווייל דער ווארט א'ד'ם' – נוטריקון, אכילה (עסן), דירה (וואוינונג), מלבוש (א קלייד), דאס דארף א מענטש האבן, אז נישט איז ער נישט קיין אדם... ודו"ק.

תשובה
הלא אם תטיב שאת, ואם לא תטיב לפתח חטאת רובץ ואליך תשוקתו.

גרויסער חסידישער צדיק האט געזאגט ימים נוראים: רבש"ע איך וויל טייטשן דעם פסוק אזוי און עס איז אזוי – דו האסט עס אליין געזאגט צו קין, און געשריבן אין דיין תורה, "אם תטיב", אויב דו וועסט בעסער ווערען, דו וועסט תשובה טאן, "שאת", וועל איך דיר פארטראגן, מוחל זיין, הייסט עס, אפילו "אם לא תטיב שאת", אז דו וועסט קיין תשובה טאן, וועט אויך זיין "שאת", ווייל - דו אליין האסט אזוי געזאגט און אזוי געטאן, וואס דו האסט באשאפן אזא געפערלעכן "יצר הרע", ווייל - "לפתח חטאת רובץ", ווי דער מענטש ווערט געבארן, רוט שוין אין אים דער "יצר הרע", אבער אין דער אמת, "ואליך תשוקתו", ער גלוסט צו דיר, ודו"ק.

פאר ציון
אל תירא כי אתך אני ממזרח אביא זרעך, וממערב אקבצך. (הפטרה בראשית, ישעיה מ"ב).

האב קיין מורא נישט, דען איך בין מיט דיר, פון מזרח וועל איך ברענגן דיינע קינדער, אויך פון מעריב וועל איך זיי איינזאמלען.

מזרח הייסט, וואו יידן שיינט די זון, וואו עס איז זיי גוט, וואו זיי האבן פרייהייט. "ממזרח אביא זרעיך", פון די פרייע לענדער, וועל איך ברענגען דיינע קינדער. אין מעריב הייסט וואו עס איז זיי פינסטער, די זון שיינט נישט אויף זיי, "וממערב אקבצך", וועל איך דיר איינזאמלען, האב קיין מורא ישראל.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]