ילקוט יהודה בראשית ז
פרשת בראשית: מפתח הפרשיות - - שער - - הקדמה - - עמוד: - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח
פרשת בראשית אין pdf דאקומענט
דער שלאנג און חוה. געוויס האט אדם פארזאגט חוה'ן נישט צו עסן פון עץ הדעת, נאר אז דער שלאנג הייסט עסן, פאלגט מען בעסער דעם שלאנג איידער דעם מאן. ביי היינטיקער צייט, איז אויך פאראן פיעלע חוה'ס, וועלכע וועלען בעסער פאלגן דעם שלאנג איידער דעם מאן.
א חכם האט געשטראפט דאס פאלק, האט ער זיי דערקלערט, וואס מער דער גוף יאגט נאך די תאוות עולם הזה, אלץ מער און מער נידערט אראפ די נשמה.
א פוקס, זייענדיג דארשטיק, האט געפונען א ברונעם וואסער, א ראד מיט א שטריק אויף דעם ברונעם, אויף וועלכן עס איז צוגעבונדן צוויי עמער (= פיילס), ווען איין עמער גייט אראפ, הויבט זיך אויף דער צווייטער עמער. דער פוקס האט זיך אריינגעזעצט איז דעם אויבערשטן עמער און אראפ גאנץ אונטן, געטרונקען וואסער, וויפיל ער האט נאר געוואלט, אוז געוואלט האט ער שוין ארויפגיין איז דער הויך. עס איז אבער אוממעגלעך. האט ער אנגעהויבן צו זינגען א סאנג (= ליד). די זיסקייט האט דערהערט דער וואלף, איז ער צוגעגאנגען צום דעם ברונעם, אוז פרעגט, וואס איז אויף דיר אזא שמחה? איז דעם ברונעם איז פאראן הינער, הענער, גענז, טמייבעלעך, האב איך זיך אנגעגעסען אוז עס איז נאך דא, אויב דו ווילסט זעץ זיך אריין איז דעם אויבערשטן עמער, וועסטו לאנגזאם אראפ אונטן, און לאמיר פריילעך זיין ביידע. דער וואלף זייענדיג גוט דארשטיק און הונגעריק, איז אריין איז עמער. ער איז לאנגזאם אראפ, און דער פוקס איז ארויף. דער וואלף איז דארט געבליבן ביז זיין ענדע איז געקומען. (דאס איז די נשמה מיטן גוף, און אויב איר פארשטייט נישט דעם נמשל, איז נישט כדאי פאר אייך צו שריי בן ספרים...)
טאלסטאי זאגט: – ווילסטו דיין פרוי פארטרויען א סוד, שנייד איר אויס פריער – איר צונג...
דער טיטשער (= לערער) פרעגט א יידיש קינד, זאג מיר דזשייקעקעלע, ווער האט באשאפן די פעלדער, דאס וואס דו זעסט דא ארום סקול (= שולע) און ווייטער?
איך קען נישט וויסן – ווייל מיר וואוינען דא נישט לאנג. מיר האבן דא נישט לאנג אריינגעמובט (= איבערציען זיך), ענטפערט דזשייקעלע.
ווארום (= פארוואס) רופט מען די פרוי די צווייטע העלפן ווייל ביידע העלפן. דער מאן העלפט אריינברענגען. די פרוי העלפט – ארויסברענגען...
ביי א קארגן גביר איז אריינגעקומען אן ארעמאן א תלמיד חכם, און זיך באקלאגט, דאס ער האט א סאך זארגן, עס קומט פסח, ער דארף מצה, פאר די קינדער שיכלעך, פאר דער ווייב א קלייד, און דירה געלט.
דער גביר זאגט אים, איך פארשעם אייך נישט וואס דארפט איר אזוי פיל זארגן טראגן אויף אייער קאפ, און איך וועל אייך באלד מאכן אלע זארגן צו גאר נישט, נאר איין זארג וועט אייך בלייבן.
דער ארעמאן האט געמיינט אז ער וועט אים ארויסהעלפן זעט ער ווי דער קארגער גביר, נעמט א שטיקל פאפיר און א פעדער, און זאגט: אט אדרבה, וויפיל פאר יעדער זאך דארפט איר האבן? האט דער ארעמאן זיך אויף אן אמת שוין דערפרייט, און הויבט אים אן אויסרעכענען, – פאר פסח, פינף טאלער; מצה זעקס טאלער; שיכלעך פינף טאלער; די ווייב א קלייד פיר טאלער; פאר מיר אליין צוויי טאלער. טא צו וואס דארפט איר האבן אזוי פיל זארגן, דאס האב איך איצט אויפגערעכענט, מאכט עס אויס צוויי און
צוואנציק טאלער, נעם אייך דעם רעכענונג און האט קיין צו פיל זארגן. זארגט איצט, פאר צוויי און צוואנציק טאלער, האט איר איין זארג, גייט איצט געזונטערהייט אהיים, און גאט ב"ה וועט אייך העלפן..
(ווי געפעלט אייך דער קארגער גביר)?
א קארגער האט אן איידעם באקומען, א מופלג גדול, און געגעבן צען יאר קעסט. ער איז געווען א גרויסער לערנער, אבער נאך מער א גרויסער עסער... דער שווער פלעגט צו פלאצט ווערען קוקענדיק ווי דער איידעם פרעסט. איינמאל זאגט ער צום איידעם: הערסטו ניסן (אזוי האט דער איידעם זיך גערופן) איך האב שוין אין מיין לעבן גענוג געזען פרעסט, כסליו פרעסט, טבת פרעסט, שבט פרעסט, אדר פרעסט, אבער ניסן פרעסט – איז שוין גאר נישט אויס צוהאלטן...
ליגט א פאסטוך האט זיך געלייגט אונטער אן עפל בוים. ער און קלערט, ווי נישט ריכטיק דאס איז פון דער בריאה. אזא גרויסער קירבעס, וואקסט אויף דער ערד, עפל אזא קליינע פרוכט אויפן בוים. דערווייל איז א ווינטעלע געווארן, איז אן עפל אראפגעפאלן עס האט אים דער נאז צוקלאפט. אה! רבש"ע, דו האסט מיר שוין פארענטפערט, ווען קירבעס וואלט אויפן בוים געוואקסן, וואלט איך שוין פארשפארט זיך אויפצוהויבן...