לדלג לתוכן

חומש בית יהודה בראשית י

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ

פּרשת נח

א. [1] און דאָס זענען די געבורטן פון די קינדער פון נח, שם חם און יפת, און עס איז צו זיי געבאָרן געוואָרן קינדער נאָך דעם מבול.
ב. די קינדער פון יפת: גמר, און מגוג, און מדי, און יון, און תבל, און משך, און תירס.
ג. די קינדער פון גמר: אשכנז, און ריפת, און תרגמה.
ד. די קינדער פון יון: אלשה, און תרשיש, און כתים, און דדנים.
ה. פון די מענטשן זענען פאַרשפּרייט געוואָרן די אינזלען (= אינזלען) (די וואוינונגען) פון די פעלקער אין זייערע לענדער, איטלעכע אומה האָט געהאַט אַ באַזונדערע לשון, צו זייערע משפחות אין זייערע פעלקער.
ו. און די קינדער פון חם: כוש, און מצרים, און פוט, און כנען.
ז. און די קינדער פון כוש: סבא, און חוילה, און סבתא, און רעמא, און סבתכא. און די קינדער פון רעמא: שבא, און דדן.
ח. און כוש האָט געבאָרן דעם נמרוד, ער האָט אָנגהויבן צו זיין אַ שטאַרקער אויף דער וועלט.
ט. ער איז געווען אַ שטאַרקער און אַ פאַנגער פאַר ג-אָט, (ער האָט געוואָלט נאָר דערצאָרענען הקב"ה) דרום (=דעריבער) ווערט געזאָגט (אויף אַזוי אַ מענטש וואָס ער ווייסט עס איז דאָ אַ ג-אָט אויף דער וועלט, און ער ווייל אין אים מורד זיין, זאָגט מען אויף אים: ער איז) אַזוי ווי נמרוד אַ שטאַרקער און אַ פאַנגער פאַר ג-אָט.
י. און עס איז געווען דער אָנהייב פון זיין קעניגרייך אין בבל, און ארך, און ארד, און כלנה, אין לאַנד שנער.
יא. פון דעם לאַנד איז אַרויסגעגאַנגען אשור, און ער האָט געבויט די שטאָט נינוה, און רחובות עיר, און כלח.
יב. און ער האָט געבויט די שטאָט רסן צווישן נינוה און כּלח, און זי (נינוה ווערט גערופן די גרויסע שטאָט).
יג. און מצרים האָט געבאָרן די לודים, און די ענמים, און די להבים, און די נפתּחים.
יד. און די פּתרוסים, און די כּסלוחים, וואָס פון דאָרטן זענען אַרויסגעקומען די פּלישתים.
טו. און כנען האָט געבאָרן צידון זיין עלצטער און חת.
טז. און די יבוסי, און אמורי, און גרגשי.
יז. און חוי, ערקי, און סיני.
יח. און ארודי, צמרי, און חמתי, דער נאָך זענען פאַרשפּרייט געוואָרן די משפחות פון כנעני (און פון די מענטשן זענען פאַרשפרייט געוואָרן פיל משפחות).
יט. און עס איז געווען די גרענעץ פון כנעני: פון צידון קומט צו צו גרר ביז עזה, קומט צו צו סדום און עמורה און אדמה און צבוים ביז לָשַע.
כ. די זענען די קינדער פון חם צו זייערע משפחות, צו זייערע לשונות, און זייערע לענדער, אין זייערע פעלקער (כאָטש זיי זענען צעטיילט געוואָרן אויף פיל לשונות און אין פיל לענדער, זיי אַלע די קינדער פון חם). (ס)

כא. און צו שם איז אויך געבאָרן געוואָרן. שם איז געווען דער פאָטער פון אַלע וואָס האָבן זיך באַזעצט אויף דער אַנדערער זיין טייך (שם איז געווען) דער ברודער פון יפת (וואָס יפת איז געווען) דער עלצטער.
כב. די קינדער פון שם: עילם, און אשור, און ארפכשד, און לוד, און ארם.
כג. די קינדער פון ארם: עוץ, און חול, און גשר, און מש.
כד. און ארפכשד האָט געבאָרן שלח, און שלח האָט געבאָרן עבר.
כה. און צו עבר איז געבאָרן געוואָרן צוויי זין, דער נאָמען פון איינעם איז געווען פלג, וואַרום (=ווייל) אין זיינע טעג, איז די לשונות (פאַרמישט געוואָרן, און זיי זענען פאַרשפרייט געוואָרן, און זיי זענען) צעטיילט געוואָרן אויף דער גאַנצער וועלט (דאָס איז דאָס דור ההפלגה) און דער נאָמען פון זיין ברודער איז יקטן.
כו. און יקטן האָט געבאָרן אלמודד, און שלף, און חצרמות, און ירח.
כז. און הדורם, און אוזל, און דקלה.
כח. און עובל, און אבימאל, און שבא.
כט. און אופיר, און חבילה, און יובב, די אַלע זענען די קינדער פון יקטן.
ל. און איז געווען זייערע באַזעצונגען פון מישא ביז ספרה הר הקדם.
לא. די זענען די קינדער פון שם צו זייערע משפחות, צו זייערע לשונות, און זייערע לענדער.
לב. די זענען די משפחות פון נח'ס קינדער אין זייערע לענדער, און פון די מענטשן זענען צעשייד געוואָרן די פעלקער אויף דער ערד נאָך דעם מבול. (פ)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.