לדלג לתוכן

חומש בית יהודה בראשית ב

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ

פּרשת בראשית

א. [1] זיי זענען פאַרלענדט געוואָרן[2] (ער האָט אויסגעלאָזט דאָס באַשעפעניש) פון די הימלען און ערד, און אַלע זייערע הערשאפט.
ב. און ג-אָט האָט אויסגעלאָזט אין דעם זיבעטן טאָג זיין ווערק וואָס ער האָט געטאָן, און ער האָט גערוט אין דעם זיבעטן טאָג פון אַלע זיינע ווערק וואָס ער האָט געטאָן.
ג. און ג-אָט האָט געבענטשט דעם זיבעטן טאָג, און ער האָט אים געהייליקט, וואָרום אין אים (כלומר: אין שבת) האָט ג-אָט גערוט פון אַלע זיינע ווערק וואָס ג-אָט האָט באַשאַפן צו טאָן. (פ)

ד. די דאָזיקע (וואָס אויבן איז געשטאַנען) זענען דער געבורט פון הימל און ערד אַז (= ווען) זיי זענען באַשאַפן געוואָרן. אין דעם טאָג אַז ג-אָט האָט באַשאַפן די ערד מיט דעם הימל.
ה. און די ביימער איז נאָך נישט געווען אויף דער ערד, און די קרייטעכץ פון פעלד האָט נאָך נישט געשפּראצט, וואָרום ג-אָט האָט נאָך נישט געמאַכט רעגענען אויף דער ערד (און פאַרוואָס האָט ער נאָך נישט געמאַכט רעגענען? וואָרום) עס איז נאָך נישט געווען א מענטש ער זאָל אַרבעטן די ערד (און עס האָט קיינער נישט פאַרשטאַנען צי באַדאַרף מען רעגן אויף דער וועלט אויב נישט).
ו. און אַ וואָלקן איז אויפגעגאַנגען פון דער ערד, ער האָט אָנגעטרונקען די גאַנצע ערד.
ז. האָט ג-אָט באַשאַפן דעם מענטש אַש פון דער ערד, און ער האָט געבלאָזט אין זיינע נאָז לעכער אַ לעבעדיקן אָטעם (דאָס איז די נשמה). און דער מענטש איז געוואָרן אַ לעבעדיקן נפש.
ח. און ג-אָט האָט געפלאַנצט אַ גאָרטן אין עדן פון מזרח זייט, און ער האָט דאָרטן אַריינגעזעצט דעם מענטש וואָס ער האָט באַשאַפן.
ט. און ג-אָט האָט געמאַכט שפּראצן פון דער ערד, אַלערליי ביימער וואָס איז גלוסטיק צו זען, און (האָבן) אַ גוטן (טעם) צו עסן. און דער בוים פון לעבן (אַז מען עסט פון אים, לעבט מען אייביק, האָט ג-אָט געפלאַנצט) אין מיטן גאָרטן, און דער בוים וואָס מען עסט פון אים קאָן מען וויסן און פאַרשטיין דעם צווישנשייד פון גוטס און בייזס (= שלעכטס), (דער בוים האָט ג-אָט אויך געפלאַנצט אין גאָרטן).
י. און אַ טייך איז ארויסגעגאַנגען פון דעם עדן אָנצוטרינקען דעם גאָרטן, און פון דאָרטן האָט ער זיך צעשיידט און ער איז געוואָרן צו פיר הויפּט וואַסער.
יא. דער נאָמען פון איין טייך איז פּישון (דאָס איז דער טייך נילוס. און פאַרוואָס ווערט ער גערופן פּישון [דאָס איז לשון מערן]? ווייל זיין וואַסער ווערן געבענטשט און מערן זיך, און גייען אויף, און טרינקען אָן דאָס לאַנד) ער (דער טייך) רינגלט אַרום דאָס לאַנד חוילה, וואָס פון דאָרטן קומט אַרויס דאָס גאָלד.
יב. און דאָס גאָלד פון דעם לאַנד איז גוט, פון דאָרטן קומט אַרויס דעם קריסטאַל, און דער שטיין שהם (דאס איז אַן אבן טוב).
יג. און דער אַנדערער טייך הייסט גיחון, ער (דער טייך) רינגלט אַרום דאָס לאַנד כוש.
יד. און דער דריטער טייך הייסט חידקל, דער טייך גייט אין מזרח זייט פון אשור. און דער פערטער טייך איז דער טייך פרת.
טו. און ג-אָט האָט גענומען דעם מענטש, און האָט אים געזעצט אין דעם גאָרטן פון דעם עדן, צו דינען זי און צו היטן זי.
טז. און דער ג-אָט האָט געבעטן דעם מענטש צו זאָגן: פון אַלערליי ביימער וואָס וואַקסן אין גאָרטן זאָלסטו עסן.
יז. און פון דעם בוים אַז מען עסט פון אים ווייסט מען אַ צווישנשייד צווישן גוטס און שלעכטס, זאָלסטו נישט עסן פון אים, וואַרום אין דעם טאָג וואָס דו וועסט פון אים עסן, וועסטו שטאַרבן.
יח. און ג-אָט האָט געזאָגט: עס איז נישט גוט, דער מענטש זאָל אַליין זיין, איך וועל אים מאַכן אַ הילף ביי אים, אָדער קעגן אים (איך וועל אים געבן אַ ווייב).
יט. און ג-אָט האָט באַשאַפן פון דער ערד אַלע חיות פון פעלד, און אַלע עופות וואָס זענען אונטער דעם הימל, און ער האָט געבראכט צו דעם מענטש, צו זען, וואָס פאַר אַ נאָמען ער וועט אים רופן. און אַלערליי לייבער וואָס האָבן אין זיך אַ חיות, וואָס דער מענטש וועט זיי רופן אַ נאָמען, אַזוי זאָל זיין זיין נאָמען אויף אייביק.
כ. אדם האָט גערופן נעמען צו אַלע בהמות און צו אַלע עופות וואָס אונטער דעם הימל און צו אַלע חיות פון דעם פעלד, און צו אדם איז נישט געפונען געוואָרן קיין הילף קעגן אים. כא. און ג-אָט האָט געמאַכט וואַרפן אַ שלאָף אויף אדם, און ער איז איינגעשלאָפן געוואָרן, און ג-אָט האָט אַרויסגענומען אַ זייט פון זיינע זייטן, און האָט פאַרשלאָסן (ער האָט פאַרהיילט) מיט פלייש אויף דער אָרט (וואו ער האָט אויסגעשניטן האָט ער פארהיילט). כב. און ג-אָט האָט געבויט (ער האָט אויסגעצירט) די זייט וואָס ער האָט גענומען פון אדם, זי זאָל זיין אַן אשה, און ער האָט געבראכט זי צו אדם (זי זאָל זיין צו אים אַ ווייב). כג. אדם האָט געזאָגט: דאָס מאָל אַ ביין פון מיינע ביינער, און פלייש פון מיין פלייש, צו דער דאָזיקער זאָל גערופן ווערן אשה, וואָרום זי איז גענומען געוואָרן פון מאַן. כד. דרום (= דעריבער) זאָל אַ מענטש פאַרלאָזן זיין פאָטער און זיין מוטער, און זאָל זיך באַהעפטן צו זיין ווייב, און זיי זאלן זיין צו איין לייב. און זיינע ביידע געווען נאַקעט, דער מענטש און זיין ווייב, און זיי האָבן זיך נישט געשעמט.

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. היינט מען ניצט דאס ווארט פארלענדן ווי אומקומען, אדער פארניכטן, און נישט אלס ענדיקן עפּעס.