לדלג לתוכן

חומש בית יהודה בראשית ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ

פּרשת נח

א [1] און ג-אָט האָט געבענטשט נח מיט זיינע קינדער, און ער האָט צו זיי געזאָגט: פרוכפּערט אייך, און מערט אייך, און דערפילט דער ערד.
ב און אייער פאַרכט (שרעק) און אייער אנגסטן (שרעק) זאָל זיין אויף אַלע חיות פון דער ערד און אַלע עופות וואָס אונטער דעם הימל. און אַלץ וואָס דער ערד טוט ווידמענען, און אַלע פישן פון דעם ים, זענען אַלץ אין אייערע הענט געגעבן געוואָרן.
ג איטלעכע ווידמענונג וואָס זי לעבט, זאָל צו אייך זיין צו עסן. אַזוי ווי די גרינע קרייטצעכער האָב איך אייך דאָס אַלץ געגעבן.
ד נייערט, אַז דאָס חיות איז נאָך דאָ אין דעם פלייש (דאָס מיינט מען אבר מן החי), אָדער אַז זיין בלוט איז נאָך מיט דעם נפש (דאָס מיינט מען דם מן החי), זאָלט איר נישט עסן (דאָס וואָרט "בנפשו" גייט אַרויף און אַראָפּ).
ה און נייערט אייער אייגן בלוט צו אייערע לייבער וועל איך פארשטן (= פארשן = פאדערן) פון יעדער חיה, (ווען אַ חיה וועט אומברענגען אַ מענטש וועל איך פארשטן פון איר דאָס בלוט פון דעם מענטש) און פון אַ מענטש (וואָס האָט גע'הרג'עט דעם אַנדערן במזיד און עס איז דערויף קיין עדות נישטאָ וועל איך פארשטן, וועל איך אליין דעם רוצח שטראפן). און פון אַזוי אַ מענטש וואָס האָט זיין חבר ליבּ ווי אַ בּרודער (און האָט אים גע'הרג'עט בשוגג), וועל איך (פון אים) פארשטן דעם נפש פון דעם מענטש (און וועל אים שטראָפן).
ו דער וואָס פאַרגיסט בּלוט פון אַ מענטש (דהיינו ווען איינער הרג'עט אַ מענטש במזיד און עס איז פארהאנדן עדות דערויף) זאָל דורך מענטשן זיין בלוט פאַרגאסן ווערן (בית דין זאָל אים לאָזן אומברענגען), וואָרום אין פאָרעם פון ג-אָט, האָט ג-אָט בּאַשאַפן דעם מענטש.
ז און איר פרוכפּערט אייך (= זיך) און מערט אייך (= זיך). ווידמעט אייך (= זיך) אויף דער ערד, און מערט אייך (= זיך) אויף איר. (ס)

ח און ג-אָט האָט געזאָגט צו נח און צו זיינע זין מיט אים אַזוי צו זאָגן:
ט איך וועל באַשטעטיקן מיין זיכערהייט מיט אייך, און מיט אייערע קינדער וואָס זיי וועלן זיין נאָך אייך.
י און מיט אַלע וואָס האָבן אין זיך אַ חיות, וואָס איז מיט אייך, און עופות, און בהמות, און מיט אַלע חיות פון דער ערד וואָס זענען צווישן אייך, פון אַלע וואָס זענען אַרויסגעגאַנגען פון דער תיבה, צו אַלע חיות פון דער ערד (דאָס מיינט מען מזיקים).
יא און איך וועל באַשטעטיקן מיין ברית מיט אייך, (און וואָס איז דער קיום? דער רעגנבויגן ווי ווייטער וועט שטיין) און עס זאָל שוין מער קיין מאָל נישט פאַרשניטן ווערן אַלע לייבער דורך דעם וואַסער פון דעם מבול, און עס זאָל שוין מער קיין מבול נישט זיין, צו פאַרדאָרבן דער ערד.
יב און ג-אָט האָט געזאָגט: דאָס איז דער צייכן פון דעם ברית וואָס איך טו געבן צווישן אייך און צווישן אַלע וואָס האָבן אין זיך אַ חיות וואָס זענען מיט אייך, ביז צו אייביקע דורות.
יג מיין רעגנבויגן האָב איך געגעבן אין וואָלקן, און דאָס זאָל זיין אַ צייכן אויף דעם ברית וואָס איז צווישן מיר און צווישן דער ערד (צווישן דער וועלט).
יד און עס וועט זיין, אַז איך וועל מאַכן וואָלקענען אַ וואָלקן[2] (אַז עס וועט אויפגיין אין מחשבה פאַר מיר, איך זאָל ברענגען אַ פינצטערניש און אַ פאַרלירונג) אויף דער ערד, וועט געזען ווערן דעם רעגנבויגן אין דעם וואָלקן.
טו וועל איך געדענקען מיין ברית וואָס איז צווישן מיר און אייך, און צווישן אַלע וואָס האָבן חיות און אַלע באַשאַפענישן, און דאָס וואַסער וועט שוין נישט זיין נאָך צו אַ מבול, צו פאַרדאָרבן אַלע באַשאַפענישן.
טז און דער רעגנבויגן זאָל זיין אין וואָלקן, איך זאָל דאָס זען צו געדענקען דעם אייבּיקן ברית צווישן דעם מדת הדין און צווישן אַלע נפשות וואָס האָבן חיות, און אַלע באַשאַפענישן אויף דער ערד.
יז האָט ג-אָט געזאָגט צו נח: דאָס איז דער צייכן פון דער זיכערקייט וואָס איך האָב באַשטעטיקט צווישן מיר און צווישן אַלע באַשאַפענישן וואָס זענען אויף דער ערד. (פ)

יח און זיי זענען געווען די קינדער פון נח וואָס זענען ארויסגעגאַנגען פון דער תיבה, שם און חם און יפת, און חם איז געווען דער פאָטער פון כנען.
יט די דריי זענען געווען די זין פון נח, און פון די מענטשן איז פאַרשפרייט געוואָרן (באַזעצט געוואָרן) די גאַנצע וועלט.
כ און נח דער האַר פון דער וועלט האָט אָנגעהויבן, און האָט געפלאַנצט אַ וויינגאָרטן.
כא און ער האָט געטרונקען פון דעם וויין, און ער איז שיכור געוואָרן, און ער איז געלעגן אויפגעדעקט אין זיין געצעלט.
כב און חם דער פאָטער פון כנען האָט געזען די ערוה פון זיין פאָטער, און ער האָט דאָס געזאָגט צו זיינע צוויי ברידער, וואָס זיי זענען געווען אינדרויסן.
כג און שם און יפת האָבן גענומען דאָס קלייד, און זיי האָבן געטאָן[3] אויף זייערע ביידע אַקסלען, און זענען געגאַנגען אונטער וויילעכטץ, און זיי האָבן צוגעדעקט די ערוה פון זייער פאָטער, און זייער פנים איז געווען אַרונטער[4] (אַז זיי זענען געקומען נאָנט פון אים, און האָבן זיך באַדאַרפט אומקערן צו אים, זיי זאָלן אים צודעקן, האָבן זיי זייער פנים אוועקגעקערט אַרונטער) און די ערוה פון זייער פאָטער נח האָבן זיי נישט געזען.
כד און נח האָט זיך אויפגעוואַכט פון זיין וויין, און ער האָט געוואוסט וואָס זיין קליינער זון האָט געטאָן.
כה האָט נח געזאָגט: פאַרפלוכט זאָל זיין כנען, אַ קנעכט וואָס דינט זאָל ער זיין צו זיינע ברידער.
כו און נח האָט געזאָגט: געלויבט איז ג-אָט, דער ג-אָט פון שם (וואָס ער וועט היטן זיין הבטחה צו זיינע קינדער צו געבן זיי דאָס לאַנד כנען) און כנען וועט זיין אַ קנעכט צו זיי.
כז ג-אָט זאָל ברייט מאַכן צו יפת. און זאָל מאַכן רוען זיין שכינה אין די געצעלט פון שם. און כנען זאָל זיין אַ קנעכט צו אים.
כח און נח האָט געלעבט נאָך דעם מבול, דריי הונדערט מיט פופציק יאָר.
כט און עס איז געווען אַלע טאג וואָס נח האָט געלעבט, ניין הונדערט מיט פופציק יאָר, און ער איז געשטאָרבן. (פ)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. דער פונקטלעכער טייטש פון בענני ענן איז פאַרוואָלקענען. דהיינו באַדעקן דעם הימל מיט וואָלקענס. נאָר אין לשון הקודש איז צוויי ווערטער. בענני - באַדעקן דעם הימל, ענן = מיט אַ וואָלקן, און אין יידיש אין דעם ווארט פאַרוואָלקענען ליגט באַדעקן דעם הימל מיט וואָלקנס.
  3. ער מיינט אָנגעטאָן, אָבער דער טייטש פון פסוק וישימו איז געלייגט.
  4. דער טייטש פון אַרונטער איז למטה ווי אונטן, און אין פסוק שטייט "אחורנית" וואָס דער טייטש דערפון איז הינטן.