חומש בית יהודה בראשית ו
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ
|
---|
פרשת בראשיתא. [1] און עס איז געווען די מענטשן האָבן זיך אָנגהויבן מערן אויף דער ערד, און עס צו זיי געבאָרן געוואָרן טעכטער. ה. און ג-אָט האָט געזען, עס מערט זיך דאָס שלעכט פון די מענטשן אויף דער וועלט, און אַלע געדאַנקען און באַטראַכטונג פון זיין האַרץ איז נאָר שלעכט צו טאָן אַלע טעג. פרשת נחט. דאָס זענען די קינדער פון נח, נח איז געווען אַ גאַנצער פרומער מאַן, אין זיין דור. |
ביאורי פסוקים
הערות שוליים
- ↑ די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
- ↑ וואָרום איך האב זיך באַראָטן וואָס איך האָב זיי באַשאַפן: דער טייטש פון באראטן איז עצה געבן, און אין פסוק שטייט כי נחמתי, און דער בית יהודה אליין טייטשט אין פסוק ו' אויף די ווערטער וינחם ה' כי עשה את האדם – האָט ג-אָט זיך געטרייסט וואָס ער האָט באַשאַפן, און לכאורה אויך דא ער האט געדארפט טייטשן וואָרום איך האב געטרייסט, אבער זיין מקור אין רש"י אויף אונזער פסוק וואס ער טייטשט כי נחמתי כי עשיתים – חשבתי מה לעשות על אשר עשיתים, נישט ווי ער איז מסביר אין פסוק ו' צו דעם ערשטן פירוש זיינע עיי"ש, און דאס מיינט ער אז גאט האט באראטן מיט זיך, דהיינו האט געטארכט צו זיך, פארוואס איך האב זיי באשאפן.
- ↑ אין פסוק שטייט "תכלנה" און אין לשון הקודש עס איז דאָ צוויי באַדייטונגען : א. אויסענדיקן. צום ביישפּיל אויסענדיקן די אַרבעט. ב. פאַרלענדן. צום ביישפיל פאַרלענדן די שונאים. און אין אונזער פסוק אַ וודאי דער פשט איז אויסענדיקן די דאַך אויבן מיט איין אייל ברייט. און נישט פארלענדן. קען זיין אַז אין דער צייט פון בית יהודה האָט מען גענוצט פאַרלענדן ווי אויסענדיקן