לדלג לתוכן

חומש בית יהודה בראשית ג

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

בראשית פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ

פּרשת בראשית

א. [1] און דער שלאַנג איז געווען אַ קלוגער פון אַלע חיות פון דעם פעלד וואָס ג-אָט האָט באַשאַפן. האָט דער נחש געזאָגט צו דער אשה: טאָמער האָט אייך ג-אָט געזאָגט איר זאָלט נישט עסן די פּירות פון אַלע ביימער וואָס וואַקסן אין דעם גאָרטן?
ב. האָט די אשה געזאָגט צום נחש: די פּירות פון די ביימער וואָס וואַקסן אין גאָרטן עסן מיר יאָ.
ג. און די פּירות וואָס וואַקסן אויף דעם בוים וואָס ער איז אין מיטן גאָרטן האָט ג-אָט אונז געזאָגט: איר זאָלט אין אים נישט אָנרירן, טאָמער וועט איר שטאַרבן.
ד. האָט דער שלאַנג געזאָגט: איר וועט נישט שטאַרבן.
ה. וואָרום ג-אָט ווייסט אין דעם טאָג וואָס איר וועט פון אים עסן, וועלן געעפנט ווערן אייערע אויגן, און איר וועט זיין אַזוי ווי ג-אָט, איר וועט וויסן גוטס און שלעכטס.
ו. און די אשה האָט געזען דער בוים איז גוט צו עסן, און ער איז גלוסטיק צו די אויגן, ער איז גלוסטיק צו מאַכן קלוג דעם מענטש, און זי האָט גענומען פון זיינע פּירות, און זי האָט געגעסן, און זי האָט געגעבן צו איר מאַן אויך מיט איר, און ער האָט געגעסן.
ז. און עס איז געעפנט געוואָרן די אויגן פון זיי ביידע (זיי זענען קלוג געוואָרן), זענען זיי געוואויר געוואָרן אַז זיי זענען נאַקעט, און זיי האָבן צונויפגענייט בלעטער פון פייגנבוים, און זיי האָבן זיך דערפון געמאַכט אַזוי אַ מלבוש.
ח. און זיי האָבן געהערט דאָס קול פון ג-אָט גייט אין גאָרטן צו דער זייט וואָס די זון קומט אַהין אונטערצוגיין (דאָס איז מערב זייט), האָט זיך באַהאַלטן אדם מיט זיין ווייב פאַר ג-אָט, צווישן די ביימער פון דעם גאָרטן.
ט. האָט ג-אָט גערופן צו אדם, און ער האָט אים געזאָגט: וואו ביסטו?
י. האָט אדם געזאָגט: דיין קול האָב איך געהערט אין גאָרטן, און איך האָב מיך (= זיך) געפראכטן (= דערשראָקן), וואָרום איך בין נאַקעט, און איך האָב מיך באַהאַלטן (= זיך באַהאַלטן).
יא. האָט ג-אָט געזאָגט צו אים: ווער האָט דיר געזאָגט אז דו ביסט נאַקעט, אויב פון דעם בוים וואָס איך האָב דיר געבעטן דו זאָלסט נישט עסן פון אים, האָסטו געגעסן?
יב. האָט אדם געזאָגט: דאָס ווייב וואָס דו האָסט געגעבן מיט מיר, זי האָט מיר געגעבן פון דעם בוים, און איך האָב געגעסן.
יג. האָט ג-אָט געזאָגט צו דער אשה: וואָרום (= פאַרוואָס[2]) האָסטו דאָס געטאָן? האָט די אשה געזאָגט: דער שלאַנג האָט מיר גענאַרט (אָדער ער האָט מיר אַָנגערייצט) איך זאָל עסן.
יד. האָט ג-אָט געזאָגט צום שלאַנג: ווייל דו האָסט דאָס געטאָן זאָלסטו זיין פאַרפלוכט [3] מיין פון אַלע בהמות און פון אַלע חיות פון דעם פעלד. אויף דיין בויך זאָלסטו גיין, און ערד זאָלסטו עסן ווי לאַנג דו וועסט לעבן.
טו. און אַ פיינדשאַפט וועל איך טאָן צווישן דיר און צווישן דער אשה, און צווישן דיינע קינדער און צווישן אירע קינדער, ער וועט דיך טרעטן (אָדער צעשטויסן) דיין קאָפּ, און דו וועסט אים בייסן אין דעם פערשט .[4]. (ס)

טז. צו דער אשה האָט ג-אָט געזאָגט: מערן, איך וועל מערן דיין טרויערקייט און דיין טראָגן, מיט טרויערקייט וועסטו געבאָרן קינדער, און צו דיין מאַן זאָלסטו גלוסטן, און ער זאָל געוועלטיקן אין דיר. (ס)

יז. און צו אדם האָט ג-אָט געזאָגט: ווייל דו האָסט געהערט דיין ווייבס קול וואָס זי האָט דיר געהייסן עסן פון דעם עץ הדעת, און דו האָסט געגעסן פון דעם בוים וואָס איך האָב דיר געזאָגט דו זאָלסט פון אים נישט עסן, דרום, זאָל זיין פארפלוכט (= געשאָלטן) די ערד וועגן דיר. מיט טרויערקייט און מידקייט זאָלסטו עסן די שפּייז פון דער ערד אַלע דיינע לעב טעג.
יח. דערנער און דולסטן (=סענטאורעאַ פלאַנץ) זאָל זי שפּראצן צו דיר, און דו זאָלסט עסן דאָס גראָז פון דעם פעלד.
יט. מיט דעם שווייס פון דיין פּנים וועסטו האָבן ברויט צו עסן, ביז דו וועסט דיך ווידערקערן צו דער ערד וואָס דו ביסט פון איר גענומען געוואָרן, וואָרום דו ביסט ערד (דו ביסט פון ערד באַשאַפן געוואָרן), און צו דער ערד זאָלסטו דיך (= זיך) ווידערקערן.
כ. און אדם האָט אַ נאָמען געגעבן זיין ווייב חוה, וואָרום זי איז געווען די מוטער פון אַלע לעבעדיקע פון אַלע מענטשן.
כב. און ג-אָט האָט געמאַכט צו אדם און צו זיין ווייב העמדער (פון אַזעלכע זאַכן) וואָס קומט אַרויס פון פעל (פון וואָל), און ער האָט אָנגעקליידט זיי. (פ)

כב. און ג-אָט האָט געזאָגט: דער מענטש איז געוואָרן ווי איינער פון אונז וואָס ער ווייסט און פאַרשטייט גוטס און שלעכטס. און אַצונד (=יעצט, איצט) טאָמער וועט ער אויסשטרעקן מיט זיין האַנט, און ער וועט נעמען אויך פון דעם עץ החיים, און ער וועט עסן, און ער וועט לעבן אייביק (וועלן אים די מענטשן האַלטן פאַר אַ ג-אָט).
כג. האָט אים ג-אָט פאַרשיקט פון דעם גן עדן צו אַרבעטן די ערד וואָס ער איז פון איר באַשאַפן געוואָרן.
כד. און ער האָט פאַרטריבן דעם מענטש. און האָט געמאַכט רוען אין מזרח זייט אויסנווייניק פון גן עדן די מלאכי חבלה, און דער שאַרף פון דער שווערד וואָס אויף וועלכער זייט מען קערט זי האָט זי אַ שאַרף, צו היטן דעם וועג פון דעם עץ החיים (קיין מענטש זאָל נישט קענען קומען צו דעם עץ החיים).

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. וואָרום (= פאַרוואָס): אין דעם מחבר יידיש האט מען גענוצט דאָס וואָרט וואָרום מיט צוויי באַדייטן, ווייל און פאַרוואָס.
  3. שטאַמט פון דייטש = VERFLUCHEN, אין אידיש = געשאָלטן.
  4. שטאמט פון דייטש = FERSE, אין אידיש = פּיאטע, אָדער קנאַפל, קלעצל.