קיצור שו"ע עברי טייטש סימן פב
מפתחות - סימן עב ערב שבת - סימן עג ווארעמען עסן אין שבת- סימן עד אמירה לגוי ערב שבת - סימן עה ליכט בענטשן - סימן עו דאווענען - סימן עז קידוש - סימן עח סעודות שבת - סימן עט ל"ט מלאכות - סימן פ מוקצה - סימן פא עירוב חצירות - סימן פב הבדלה - סימן פג קידוש לבנה
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן פב דנים פון הבדלה. אנטהאלט זיבן סעיפים:
א. שבתות צו נאכט דאווענט מען מעריב ווען עס איז שוין גוט פינסטער. און אין דער וואך וואס עס געפאלן אין איר יום טוב, זאגט מען נישט שבתות צו נאכט דער פריער (= דער שבת צו נאכט פאר יום טוב) ויהי נועם ואתה קדוש.
ב. נאך מעריב מאכט מען הבדלה, און וייבער זענען אויך מחויב בהבדלה, און עס מוז אויך זיין א גאנצער כוס, אויך א שיעור כוס. און מיין (= מער) מצוה איז צו מאכן הבדלה איבער וויין .
ג. פאר הבדלה טאר מען נישט עסן און טרינקען (חוץ וואסער), סיידן ווען ער האלט נאך פאר דעם בענטשן פון שלש סעודות, כאטשע עס איז שוין שפּעט ביינאכט, מען טאר אויך פאר הבדלה נישט טוען קיין שום מלאכה, סיידן ווען מען האלט שוין נאך דעם בענטשן, אויך ווען מען האט שוין געדאווענט מעריב, מעג מען טוען א קליינע מלאכה, למשל אענצינדן א לעכט. אבער פאר מעריב דארף מען זאגן המבדיל.
ד. דער כוס פון הבדלה דאךף מען אביסל גיסן. און דעם כוס האלטן אין דער רעכטער האנט, און די בשמים אין דער לינקער, ביז עס קומט צו די ברכה פון די בשמים נעמט ער די בשמים אין דער רעכטער האנט, און דער כוס אין דער לינקער האנט, און מאכט בורא מיני בשמים, דער נאך בורא מאורי האש, דער נאך נעמט ער צוריק דער כוס אין דער רעכטער האנט, אן זאגט המבדיל, דער נאך זעצט ער זיך אנידער און טרינקט. און עס איז רעכט אויסצוטרינקען דעם גאנצן כוס פון הבדלה. און ווייבער טרינקען נישט פון הבדלה. און דאס וואס עס בלייבט א ביסל, זאל ער לעשן דערמיט די הבדלה ליכט, און אויסוואשן דערמיט די אויגן.
ה. א בלינדער מאכט נישט די ברכה בורא מאורי האש. און דער וואס האט נישט קיין חוש הריח, זאל נישט מאכן די ברכה בורא מיני בשמים.
ו. מען קען מאכן נאך אמאל הבדלה, מוציא צו זיין זיינע זין וואס ער דארף זיי שוין מחנך זיין במצות, אבער נישט צוליב ווייבער.
ז. מען קען מאכן הבדלה ביז דינסטיק פארנאכט. אבער נאך דער צייט ווען ער האט נישט געמאכט הבדלה איז שוין פארפאלן. און נאך הבדלה איז א מצוה צו עסן מלוה מלכה.