קיצור שו"ע עברי טייטש סימן עו
מפתחות - סימן עב ערב שבת - סימן עג ווארעמען עסן אין שבת- סימן עד אמירה לגוי ערב שבת - סימן עה ליכט בענטשן - סימן עו דאווענען - סימן עז קידוש - סימן עח סעודות שבת - סימן עט ל"ט מלאכות - סימן פ מוקצה - סימן פא עירוב חצירות - סימן פב הבדלה - סימן פג קידוש לבנה
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן עו דינים פון הלכות תפילות שבת ויום טוב. (פון דעם דאווענען שבת ויום טוב). אנטהאלט צוועלף סעיפים.
א. שבת און יום טוב לאזט מען אויס אין דער ברכה פון השכיבנו הפורס סוכות שלום וכו'. און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט הטעות אויסגעלאזט שומר עמו ישראל לעד, איז דער דין דאס אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט זיך תיכף דערמאנט לאזט ער נאך א מאל אויס הפורס, און ווען נישט תיכף איז פארפאלן.
ב. מען איז זיך נוהג צו זאגן אין דעם או"א רצה במנוחתינו ביי מעריב וינוחו בה, ביי שחרית און מוסף וינוחו בו, צו מנחה וינוחו בם.
ג. נאך שמו"ע פון מעריב של שבת זאגט דער עולם מיט דעם חזן ויכולו שטייענדיק. און דער נאך זאגט דעם חזן די ברכה און מגן אבות, און או"א רצה במנוחתינו, און לאזט אויס מקדש השבת. און מען איז זיך נוהג פון מגן אבות ביז זכר למעשה בראשית, מיט צו זאגן מיט דעם חזן.
ד מען זאגט די ברכה מיט מגן אבות נאר אויף אזוי אן ארט וואס מען מאכט דארטן אפט מנין, דאס זיי האבן זיך דארטן קובע געווען תמיד צו דאווענען, אבער ווען דאס מנין איז זיך נאר צוזאמען געקומען צוליב אן אבל אדער צוליב א חתן, און אזוי איז דארט קיין מנין נישט, זאגט מען נישט. אבער אויף דעם ארט וואס איז שטשענדיק מנין, דאן אפילן דער וואס דאווענט ביחידות זאל אויף זאגן פון מגן אבות ביז זכר למעשה בראשית. אויך אויף די ערטער וואס זענען גרויסע ירידים וואס געדויערן א פּאר וואכן, ווען די יריד לייט מאכן מנין זאלן זיי זאגן.
ה. אום (= אין) יום טוב וואס אויסגעפאלן אום שבת, זאגט מען אויך די ברכה. נאר חוץ ווען דער ערשטער טאג פסח אויסגעפאלן אום שבת זאגט מען נאר ויכולו, און די ברכה מיט מגן אבות נישט.
ו. מען איז זיך נוהג צו זאגן במה מדליקין פאר עלינו. נאר אום שבת חול המועד, אדער ווען יום טוב אויסגעפאלן אום שבת, אדער אפילו ווען יום טוב איז געווען פרייטיק, זאגט מען נישט במה מדליקין.
ז. שבת צו מנחה זאגט מען צ"צ, נאר נישט אין אזוי א טאג וואס וועט ער וואלט אויסגעפאלן אין דער וואכן וואלט מען קיין תחינה נישט געזאגט, למשל ראש חודש, חמישה עשר בשבט, און נאך אנדערע, חוץ ביי אן אבל זאגט מען אויך צדקתך צדק, כאטש מען זאגט אין דער וואכן ביי אים נישט קיין תחנון.
ח. ביי די קדושה פון מוסף טאר מען נישט זאגן צוויי מאל דאס ווארט אחד, למשל צו זאגן שמע ישראל ה' אלהינו ה' אחד, אחד הוא אלהינו. נאר גלייך ווי ער לאזט אויס ה' אחד, זאל ער זאגן הוא אלהינו. דער גרייז שטאמט פון דעם וואס עס שטייט אז דער חזן האט געווארט אויף דם עולם ביי הוא אלהינו, און האט שוין פאר זיך געזאגט שמע ישראל ה' אלהינו ה' אחד, דא קען ער זאגן אחד הוא אלהינו, אבער אנדערעש טאר מען נישט.
ט. אז מען פארגעסט שבת ויום טוב און מען זאגט נאך האל הקדוש די וואכנדיקע שמונה עשרה, אזוי באלד ער האט זיך דערמאנט פאר רצה, איז דער דין, דאס וועט ער האלט אין א מיטן ברכה, אפילו ער האט ערשט אנגעהויבן א ווארט פון דער ברכה, מוז ער די ברכה ענדיקן, און דער נאך זאגן דאס פון שבת אדער פון יום טוב. ווען אבער ער האט זיך דערמאנט נאך רצה, אדער ווען דער טעות איז ביי מוסף, אפילו[1] פאר רצה, מוז ער מפסיק זיין אפילו אין מיטן ברכה, און זאגן דאס וואס ער דארף. ווען ער דערמאנט זיך ערשט נאך יהיו לרצון אמרי פי, מוז ער איבערדאווענען פון אנהייב אן די שמ"ע.
י. ווען אבער ער האט זיך תיכף ווען ער האט אנגעהויבן דאס ווארט אתה פון אתה חונן, זיך דערמאנט אין דעם טעות, איז דער דין, דאס אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) דאס איז אום שבת ביי מעריב אדער מנחה וואס מען זאגט דאך אין שמונה עשרה'ס אויך דאס ווארט אתה, זאגט ער ווייטער אתה קדשת, אדער ביי מנחה אתה אחד. ווען אבער דער טעות איז ביי שחרית של שבת, איז דער דין, אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט בשעת מעשה געוואלט זאגן של שבת, נאר דורך זיין הרגל געוואוינטשאפט האט ער געזאגט דאס ווארט אתה, זאגט ער גלייך ישמח משה, ווען אבער ער האט באמת א טעות געהאט צו דאווענען די וואכנדיקע שמו"ע, איז דער דין, כאשט ער האט זיך תיכף ביי דעם ווארט אתה דערמאנט מוז ער שוין ענדיקן די ברכה אתה חונן, און דער נאך זאגן ישמח משה. אבער ביי יום טוב ביי אלע תפילות חוץ מוסף איז דער דין, דאס ער מוז ענדיקן ברכת אתה חונן, און דער נאך זאגן אתה בחרתנו.
יא. ווען האט א טעות אום שבת פון איין שמונה עשרה אויף דער אנדערן פון מעריב אויף שחרית פון שחרית אויף מנחה, איז דער דין, אזוי באלד ער האט זיך דערמאנט איידער ער האט געזאגט דער שם פון ברוך אתה ה' מקדש השבת, הייבט ער אן דאס וואס ער האט באדארפט זאגן. ווען אבער נאך דעם שם אזיז שוין פארפאלן. ווען אבער המען האט דעם טעות פון מעריב שחרית מנחה אויף שמו"ע פון מוסף, אדער פון מוסף אויף מעריב שחרית מנחה, מוז ער נאך אמאל איבערזאגן.
יב ווען מען האט אום יום טוב א טעות, און מען לאזט אויס מקדש השבת, איז דער דין, ווי באלד ער האט זיך תיכף דערמאנט און האט געזאגט מקדש ישראל והזמנים, איז ער יוצא, אויב נישט , מוז ער נאך אמאל אנהייבן אתה בחרתנו.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ אינעווייניק שטייט כאטש, אבער לויטן ענין דאס איז א גרייז, און עס דארף שטיין אפילו.