לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן עד

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן עב ערב שבת - סימן עג ווארעמען עסן אין שבת- סימן עד אמירה לגוי ערב שבת - סימן עה ליכט בענטשן - סימן עו דאווענען - סימן עז קידוש - סימן עח סעודות שבת - סימן עט ל"ט מלאכות - סימן פ מוקצה - סימן פא עירוב חצירות - סימן פב הבדלה - סימן פג קידוש לבנה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן עד באיזה אופן מותר ליתן לאינו ישראל מלאכה קודם השבת. (אויף וועלכן אופן מען מעג געבן צו אן אינו ישראל א מלאכה פאר שבת). אנטהאלט צוויי סעיפים.

א. מען טאר נישט הייסן אן אינו ישראל צו טאן א מלאכה אין שבת, אדער אים צו געבן אזוי אן ארבעט וואס ער וועט עס נישט קענען ארבעטן סיידן אים שבת, נאר אויף די אופנים מעג מען. א. דאס דער א"י נעמט די זאך צו זיך אהיים פאר שבת, ב. און דאס דער א"י זאל נישט זיין ביי דעם ישראל קיין שכר יום, נאר דאס ער באצאלט אים לויט די גאנצע ארבעט, ג. אויך דאס דער ישראל זאל נישט אויסנעמען מיט דעם א"י צו ארבעטן די זאך אום שבת, נאר דא א"י טוט עס מיט זיין רצון, ד. אויך דאס ער זאל אים נישט אויסזעצן אזוי א קורצן טערמין (= צייט, דאטונג) פארטיק צו מאכן די זאך, דאס דער א"י וועט זי מוזן ארבעטן אום שבת, ה. אויך דאס די ארבעט זאל נישט זיין קיין בנין אויך נישט קיין פעלד-ארבעט. און אנדערש איז אסור.

ב. די גלייכסטע זאך איז, ווי ווייט מעגלעך זיך אפּצוהיטן צו צו לאזן אן א"י טאן זיין ארבעט אום שבת. נאר בדוחק גדול, זאל מען מאכן א שאלת חכם.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]