לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן עג

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן עב ערב שבת - סימן עג ווארעמען עסן אין שבת- סימן עד אמירה לגוי ערב שבת - סימן עה ליכט בענטשן - סימן עו דאווענען - סימן עז קידוש - סימן עח סעודות שבת - סימן עט ל"ט מלאכות - סימן פ מוקצה - סימן פא עירוב חצירות - סימן פב הבדלה - סימן פג קידוש לבנה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן עג דיני מאכלי שבת (פון טשאלענט שטעלן, אויך אונווארעמען עסנס אום שבת). אנטהאלט זעקס סעיפים.

א. די כללים מיט דעם היתר פון טשאלנט שטעלן מוז דוקא זיין אויף איין אופן פון די אופנים: א. אדער דאס מען זאל פארוקן[1] דאס טשאלנט א שטיק (= א ביסל צייט) פארנאכט, בערך דאס עסן זאל זיי העלפט געקאכט פאר שבת. ב. אדער ווען עס שטעלט אפילו גאר פארנאכט, נאר דאס ער פארקלעפּט שטארק דעם לאך פון דעם אויוון מיט ליים. ג. אדער ער שארט ארויס אין גאנצן די קוילן פון אויוון, כאטש ער פאקלעפּט אים נישט מיט ליים. ד. אדער ער פארשיט די קוילן וואס זענען אין אויוון מיט אש. ה. אדער ער שטעלט נאר בלויז[2] רוי פלייש, ווייטער קיין שום מאכל, כאטש עס איז געווען גאר פארנאכט, און נישט פארקלעפּט מיט ליים, און נישט באשיט, אדער אויסגעשארט די קוילן.
אבער אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער האט געשטעלט אנדערע מאכלים אדער טיי, און עס איז נישט געווען איינס פון די אופנים, טאר קיין שון ייד נישט עסן דאס טשאלנט אדער טיי, ביז עס איז שוין פארבייגעגאנגען א שיעור און מוצאי שבת ביי נאכט, דאס מען וואלט עס שוין געקענט אין מוצאי שבת אפּקאכן.

ב. ווען דער אויוון איז פאקלעפּט מיט ליים, דארף מען אום שבת ביי טאג צו עפענען דורך אן א"י. און ווען עס איז נישט דא קיין א"י, זאל זיין דורך א קטן, און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) עס איז נישט דא קיין קטן, מעג א גדול אויף עפענען דורך א שנוי, דאס הייסט, אויף אן אנדער אופן ווי עס וואלט געעפענט אין דער וואך.

ג. נאך דעם ווי מען נעמט ארויס דעם טיי אדער דעם טשאלנט פון אויוון, טאר מען עס שוין נישט אום שבת צוריק אריינשטעלן, סיידן עס איז נישט דא קיין ברענענדיקע קוילן, און אויף דעם ארט ווי ער שטעלט עס אריין איז נישט זייער ווארעם, דאס ווען מען זאל צו לייגן אן בייכל פון א קינד פון איין טאג וועט עס נישט בריען. אבער אז ער האט צוריקגעשטעלט בעת ווען עס איז נאך דא ברענענדיקע קוילן, אדער אויף אן הייס ארט וואס דאס קינד וואלט זיך בריען, און דאס איינקאכן זיך איז א מעלה פאר דעם מאכל, טאר עס קיין שום ייד נישט עסן ביז מוצאי שבת נאך דער צייט ווי מען וואלט עס שוין געקענט אויפסניי (= אויף דאס ניי) אפּקאכן.
נאר צום גלייכסטן (= געהעריקסטן) איז נישט צו שטעלן אין אויוון אריין אויף קיין שום אופן, דען עס איז דא א סאך פוסקים וואס אסערן שטעדיק צוריקצושטעלן.

ד. ווען מען נעמט אראפּ א טאפּ מיט עסן פון קוימען אום שבת, טאר מען נישט צוריקשטעלן, סיידן דאס עסן איז שוין אינגאנצן פארטיק, און עס איז נאך א ביסל ווארעם, און די קוילן פון קוימען זענען אפּגעשארט אדער באשיט מיט אש, דען, מעג מען בזה אופן צוריקשטעלן אפילו ווען ער גייט יעצט שטעלן אויף א צווייטן קוימען. אבער אז עס איז נישט אזוי ווי די אופנים, טאר מען דאס עסן נישט ניצן.

ה. אויף אן ענגלישע קעך שלנו (תנורים שלנו, תנורי בישול מכוסים בפח שקורין תנור אנגלי) וואס מען ברענט אונטער די קעך, מעג מען צוריקשטעלן געקאכט עסן ווען עס איז א ביסל ווארעם, כאטש די קוילן זענען דא אין די קעך, נאר באופן דאס ער זאל נישט צוריקשטעלן דא ווי די שטארצן זענען, סיידן ער זאל פריער חוץ די שטארצן נאך עפּעס ארויפלייגן, און דער נאך ערש אויף דעם צוריקשטעלן.

ו. ווען מען שטעלט צו בהאלטן קאווע אדער טיי אויף שבת אין דער פרי אין אזוי א גריבעלע וואס איז געמאכט אין אויוון צו בהאלטן, זאל ער אויף דעם גריבל צום ערשטן עפּעס אונטער לייגן, און דער נאך ארויפשטעלן די קאווע. ווען אבער עס שטעלט עס אוף דעם בלויזן גריבל, טאר ער עס נישט אינגאנצן ארומדעקן מיט זאכן , נאר ביז דער העלפט פון דעם כלי, און די רעשט זאל זיין אויפגעדעקט.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. פארוקן = איירנלייגן דעם שטאלענט אין אויוון הייסט פארוקן.
  2. נאר בלויז = א טאפּעלער לשון.