לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן עח

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן עב ערב שבת - סימן עג ווארעמען עסן אין שבת- סימן עד אמירה לגוי ערב שבת - סימן עה ליכט בענטשן - סימן עו דאווענען - סימן עז קידוש - סימן עח סעודות שבת - סימן עט ל"ט מלאכות - סימן פ מוקצה - סימן פא עירוב חצירות - סימן פב הבדלה - סימן פג קידוש לבנה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן עח דינים פון סעודות שבת (די שבתדיקע סעודות) אנטהאלט פינף סעיפים:

א. איטלעכער ישראל אויך ווייבער זענען מחויב צו עסן דריי סעודות, און ביי יעדער סעודה צו וואשן זיך איבער צוויי חלות און מאכן המוציא, און בעת ברכה זאל מען ביידע חלות האלטן, און דער נאך איינע איבערשניידן.

ב. שבת טאר מען נישט פאסטן ביז זייגער צוועלף, סיידן ער דאווענט און לערענט באופן דאס ער האט פון דעם מיין (= מער) פארגעניגן ווי פון דעם עסן. מכל שכן דאס מען טאר בשום אופן נישט א גאנצן טאג שבת פאסטן. און ווען עס איז אים אין דער פרי דאס הארץ אוועק, מעג ער פאר שחרית טרינקען קאווע אדער טיי אדער וואסער בלא קידוש. אבער נאך שחרית טאר מען נישט טרינקען, סיידן ער מאכט באלד קידוש. ער מען אויך צווישן שחרית ומוסף מאכן קידוש און פארבייסן מיני מזונות אדער אנדערע קלייניקייטן, אבער זעצן זיך עסן בקביעות טאר מען נישט ביו מען דאווענט אפּ מוסף.

ג. איטליכער יהודי דארף יעדן טאג מאכן מאה ברכות. און אין דער וואכן ווייל מען דאווענט אין יעדען שמונה עשרה ניינצן ברכות קומט אויס מאה ברכות, אבער שבת ויום טוב דאס אין דעם שמונה עשרה ווערט דאך געמינערט פיל ברכות, דארף מען זען צו ענטפערן אמן נאך די ברכות וואס מען הערט פון יענעם. אויך איז מען זיך נוהג צו עסן פרוכטן אויך אנדערע זאכן וואס מען זאל איבער זיי מאכן ברכות, משלים צו זיין די מאה ברכות.

ד. ווער עס האט הנאה פון שלאף נאך דעם עסן, זאל ער אביסל שלאפן וועגן דעם עונג שבת, נישט צוליב דאס ער זאל שבת צו נאכט קענען לענגער אויף זיין. און נאך דעם שלאף זאל ער זען עפּעס צו לערנען, אדער תהלים זאגן, דאס די נשמה זאל אויך האבן א תענוג. מכל שכן וואס זענען א גאנצע וואך פארנומען מיט דאגות פרנסה, דארפן בודאי זען על כל פנים שבת צו לערנען.

ה. שלש סעודות קען מען עסן פון נאך מנחה ביז פארנאכט. ווען אבער דער ערשטער טאג יום טוב געפאלן אום שבת, זאל מען מקדים זיין שלש סעודות פאר זייגער דריי נאך מיטאג, דאס ער זאל ביי נאכט יום טוב ווייטער קענען עסן. און אזוי באלד זיין סעודה פון דער פרי האט געדויערט ביז האלב איינס, איז צום גלייכסטן (= צום בעסטן) דאס ער זאל אין מיטן סעודה בענטשן און דאווענען מנחה, און תיכף זיך נאך אמאל וואשן צו שלש סעודות, און עסן די רעשטע מאכלים.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]