לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן פ

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן עב ערב שבת - סימן עג ווארעמען עסן אין שבת- סימן עד אמירה לגוי ערב שבת - סימן עה ליכט בענטשן - סימן עו דאווענען - סימן עז קידוש - סימן עח סעודות שבת - סימן עט ל"ט מלאכות - סימן פ מוקצה - סימן פא עירוב חצירות - סימן פב הבדלה - סימן פג קידוש לבנה


(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן פ דינים פון מוקצה (אפּגעשיידט פון צו ניצן אום שבת) אנטהאלט פינף סעיפים:

א. אלע זאכן וואס בשעת אין ניצן גיט דער מענטש נישט אזוי שטארק אכטונג דאס די כלי זאל דורך דעם ניצן נישט קאליע ווערן, איז דער דין דאס אזוי באלד ער דארף גראָד (= דווקא) דאס ארט וואו דער כלי אדער די זאך ליגט, אדער ער וויל מיט די זאך טוען אזוינס וואס מען מען אום שבת, מעג ער זי אויך מטלטל זיין נעמען אין דער האנט אריין, אויך דער נאך זי לייגן אויף אן אנדער ארט. אבער ווען ער דארף נישט דאס ארט וואו דער זאך ליגט, אויך נישט די זאך צוליב א תשמיש וואס מען מעג טאן אום שבת, טאר ער זי נישט רירן פון ארט. למשל, א האמער א האק ווי (= ווען) ער דארף דאס ארט אדער ער וויל מיט זיי צו האקן א נוס, אויך א נאדל אויב זי האט א שפּיץ מיט א לעכל, ווען ער וויל מיט איר אויסמאכן (= ריינען) די ציין, מעג ער זיי נעמען. אבער אזוי נישט צוליב אזא אופן, טאר מען נישט רירן פונעם ארט. און ווען די נאדל האט נישט קיין שפּיץ, אדער קיין לעכן, טאר מען בשום אופן זי נישט רירן:

ב. ווען דאס איז אבער אזעלכע כלים מיט זאכן וואס מען ניצט זיי נישט אין שבת, און מען האלט זיי זייער חשוב, דאס זיי זאלן נישט קאליע ווערן, למעל כלים פון א ווערק-שטאט (= ווערקשטעל = בית מלאכה), א פעדער-מעסרל, וואס עס טויג נישט צו שניידן א מאכל, א חלף א מוהל מעסער, א בּריטווע (= א גאלמעסער), שרייב-פאפּיר, וועקסלן-געלט, רעכענונגען (= חשבונות), חשובע בריוו, א טייסטער אדער א בּייטעלע פון געלט. אדער אזעלכע זאכן וואס איז גאר קיין כלי נישט, שטיקער אייזן, שטיינער, שטיקער האלץ. אדער אזעלכע זאכן וואס איז ערשט אום שבת נולד געווארן אויף דער וועלט, למשל, אש פון שבתדיקע ברענעכץ (= געברענטע האלץ), אן איי וואס די הון האט עס געהאט אום שבת, סאָק (= זאפט = מיץ) פון ביימער[1], סאָק פון שבתדיק געריכט (= געקעכץ)[2], אויך די פירות וואס ווערן אפּגעהאקט אדער פאלן אראפּ אום שבת, מילך פון שבתדיק מעלקן, ביינער שאָלן (= שאָלעכצער), טאר מען ביי קיין שום אופן זיי נישט רירן פון ארט. אבער צו דעקן די מוקצה זאך איבער דעם וואס עס זאל נישט קאליע ווערן מעג מען:

ג. ווען אבער די אלע מוקצה זאכן ליגן אויף א צווייטע זאך וואס איז נישט מוקצה, און מען דארף האבן דאס ארט פון דער צווייטער זאך וואו דער מוקצה ליגט צו ניצן, אדער מען דארף די צווייטע זאך וואס איז נישט קיין מוקצה אין גאנצן צו רירן פון ארט, איז דער דין אזוי: דאס אזוי באלד דער מוקצה איז ערשט אויף די זאך פון היתר ארויף געלייגט געווארן אום (= אין) שבת נישט פרייטיק פארנאכט, אדער ווען אפילו עס ליגט פון פרייטיק פארנאכט, נאר מען האט עס נישט אום מישני (= וויסנדיק = בכוונה) די מוקצה זאך דארט ארויף געלייגט, דאס עס זאל ליגן דארט אום שבת, נאר מען האט עס גראָד (= צופעליק = במקרה) דארט פארגעסן, אדער ווען אפילו מען האט אום משני (= וויסנדיק = בכוונה) דארט פרייטיק פארכאכט אנידערגעשעלט דעם מוקצה צו שטיין דארט א געוויסע פּאר שעה אום שבת, נאר דאס ער האט אויף דער זאך אויך תיכף איידער עס איז געווארן שבת ארויפגעשטעלט חוץ דעם מוקצה נאך א זאך פון היתר, און דער היתר איז חשובער פון דעם מוקצה, אדער דאס די זאך וואס ליגט דערויף דער מוקצה, איז נישט זיין דען ביי די אופנים, מעג ער נעמען די זאך וואס דער מוקצה ליגט דערויף און אפּשאקלן, דאס דער מוקצה זאל אליין אראפּפאלן, צוליב דעם ווייל ער דארף די זאך. איבער דעם מעג מען אפּשאקלן דאס טישטעך פון די ביינער מיט שאלן פון שבתגדיקע מאכלים, ווייל זיי זענען דאך נישט געווען אויף דעם טישטעך פרייטיק ביינאכט. אויך מעג ער אויסשאקלן די קעשענע פון געלט פון אזא בגד וואס ער דארף יעצט אנטאן, ווייל דאס געלט האט ער דארט פארגעסן אויסצוראמען פרייטיק פארנאכט. נאר די לייכטערלעך פון טיש טאר מען נישט אפּשאקלן, ווייל מען האט דאך זיי אום מישני (= וויסנדיק = בכוונה) פרייטיק פארנאכט אנידערגעשטעלט דאס עס זאל דארט ברענען אין זיי די לעכט אום (= אין) שבת. ווען אבער ער האט בשעת ליכט צינדן אויך אנידערגעלייגט די חלות, אדער אן אנדער מאכל אויף דעם טיש פון שבתדיקע מאכלים, איז דאך שוין דא אויף דעם טישטעך א היתר אויך פארנאכט, מעג ער שבת נאך דעם ווי די לעכט האבן אויסגעברענט, אפּשאקלן די לייכטערס. נאר באופן דאס זיי זאלן נישט צעברעכן ווערן.

ד. די אלע מוקצה זאכן טאר מען גארנישט אוועקרירן פון זייער ארט חוץ אוף די אופנים וואס שטייט אויבן, אבער גלאט זיי אנרירן באופן דאס זיי רירן זיך נישט פון זייער ארט, און ער דארף גראד (= דווקא) דאס מוקצה אנרירן, למשל, עס שטייט א שטיין, און ער וויל זיך אויף אים זעצן, דאס ער וועט אים נישט אוועקרירן פון ארט, ער וויל נעמען א כלי וואס ליגט צווישן די לייכטערס וואס ברענען, און ער מוז דורך דעם אין זיי אנרירן, נאר ער רירט זיי נישט פון ארט, באופן זה מעג מען. אויך ווען די מוקצה זאך קען א מענטש סקאליעטשען (= פארוואונדט ווערן) מעג מען זי אוועקשטויסן פון ארט:

ה. תפילין איז אויך מוקצה, סיידן זיי ליגן במקום בזיון מעג מען זיי אוועקלייגן אויף אן אנדער ארט. אויך ווען א קינד האלט א מוקצה טאר מען בעת אין דער צייט, דאס קינד נישט האלטן אויף דער האנט, סיידן דאס קינד שפּארט זיך איין אז עס וויל נישט די מוקצה זאך אוועקלייגן, דאס דורך דעם קען חלילה עפּעס זיין דאס קינד, דאן מעג ער עס נעמען אויף דער האנט ווען ער וויל, כאטשע עס האט די מוקצה זאך אין דער האנט.

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. אין קיצור שולחן ערוך ברענט: ומים הזוחלין מין האילונות בימי ניסן. מסתמא דאס איז א סירופּ וואס רינט ארויס פון דעם בוים-שטאם, און מענטשן ניצן דאס.
  2. ער מיינט צו וואס ווערט געבראכט אין רמ"א סימן שי"ח סעיף ט"ז אז יש מחמירין נישט צו עסן שומן שנימוח אלץ נולד, עיי"ש במ"ב באיזה אופנים רעדט ער.