קיצור שו"ע עברי טייטש סימן עט
מפתחות - סימן עב ערב שבת - סימן עג ווארעמען עסן אין שבת- סימן עד אמירה לגוי ערב שבת - סימן עה ליכט בענטשן - סימן עו דאווענען - סימן עז קידוש - סימן עח סעודות שבת - סימן עט ל"ט מלאכות - סימן פ מוקצה - סימן פא עירוב חצירות - סימן פב הבדלה - סימן פג קידוש לבנה
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
א. מען דארף זייער נזהר זיין אויך גוט דורכצולערנען הלכות שבת, דאס מען זאל וויסן ווי זיך אפּצוהיטן פון חילול שבת, וואס דאס איז מעכב די גאולה. און בעונותינו הרבים איז דא פיל זאכן וואס מען טאר אפילו קיין א"י אויך נישט הייסן טוען, און דער עולם טוט דאס ווייל זיי ווייסן נישט. איבער דעם זאגט די הייליקע גמרא: דאס ווען יידן וואלטן אפּגעהיט צוויי שבתים אזוי ווי דער דין איז, וואלטן זיי גלייך אויסגעלייזט געווארן.
ב. עס איז דא ניין און דרייסיק הויפּט מלאכות אויך תולדות פון די מלאכות וואס אז מען טוט זיי במזיד אום (= אין) שבת קומט אים סקילה און בשוגג א חטאת. נאר פון די מלאכות דארף מען נישט רעדן, דען יעדערער איז באוואוסט די מלאכות דאס זיי טאר מען נישט טוען אום שבת, איבער דעם ווילן מיר פון זיי גארנישט רעדן, מיר וועלן נאר ארויסרעדן פון די מלאכות וואס דער עולם רעדט זיך איין, דאס זיי זענען מותר צו טוען אום שבת, וועלן מיר דא ווייזן דעם דין, דאס די און די זאך טאר מען נישט.
ג. פאר א לעמפּל פון אייל אדער בוימל פון נאפט, טאר מען אום שבת נישט טוען אזוי א זאך וואס מען פארטראכט זיך דערביי, דען (= ווייל) טאמער וועט ער פארגעסן און וועט רעכט מאכן דעם לעמפּעלע, דאס עס זאל בעסער ברענען. סיידן עס זיצן צוויי, דען (= ווייל), וועט איינער דעם אנדערן דערמאנען. און וועט מען זיצט אליין, און מען לערענט אדער מען טוט אן אנדער זאך וואס מען פארטראכט זיך דערביי, ביי א לעכט זאל ער זיך מאכן א צייכן כדי צו געדענקען דאס לעכט נישט אפּצושניצן.
ד. מען טאר נישט אויפעפענען די טיר אדער א פענצטער קעגן איבער די לעכט וואס ברענען, דאס עס קען דורך דעם זיך אויסלעשן די לעכט. מען טאר אויך נישט עפענען אדער צומאכן דאס טירל פון דעם אויוון בעת ווען עס איז דא אין אויוון פייער אדער ברענענדיקע קוילן. טאר מען אויך נישט צומאכן צוליב דעם די היץ שטארקער צו מאכן, דאס טעפּל זאל זיך בעסער קאכן.
ה. מען טאר אום שבת נישט גראבן ערד אדער מיסטיקן (= באמיסטיקן) א פעלד, אדער באגיסן (= אנטרינקען) קרייטעכצער און בלומען טעפּ מיט וואסער, אפילו צו וואשן זיך די הענט איבער זיי טאר מען אויך נישט.
ו. מען טאר אום שבת נישט ארומדעקן א הייס מאכל מיט זאכן דאס עס זאל בלייבן ווארעם, סיידן ווען מען גיסט איבער אין א צווייטן כלי, דען (= דאמאלסט) מעג מען שוין דער נאך אפילו צוריקגיסן אין דעם ערשטן און פארדעקן, אבער פרייטיק אפילו פארנאכט מעג מען.
ז. מען טאר נישט ארויפגיסן הייסע יאך (= יויך) (פון כלי ראשון[1]) אויף געבאקענע פארפל אדע פּלעצלעך, נאר צום ערשטן זאל מען אנגיסן די יאך (אין כלי שני[2]), לאזן עטוואָס אפּקילן (ביז עס וועט זיין ראוי לאכילה), דער נאך זאל ער איינבראקן (= ברעקלן) די פּלעצלעך. מען טאר אויך נישט אריינטוען זאלץ אין א הייס מאכל וואס א קינדס בייכל וואלט זיך בריען דערמיט. מען טאר אויך נישט אויפבריען (= אויפקאכן, זידן) טיי אדער קאווע. אויך איז נישט גלייך (= געהעריק) ארויפצוגיסן הייסע קאווע אדער טיי (פון כלי ראשון[3]) אויף צוקער, נאר צום ערשטן אנגיסן די קאווע (צו כלי שני[4]) און דער נאך אריינטוען צוקער.
ח. מען טאר נישט אנידערשטעלן קאלט וואסער אדער א פרי אויף א הייסן אויוון אדער אויף א הייס קעכל, באופן דאס עס וועט נאך גוט הייס ווערן, דאס עס וועט בריען א קינד פון א טאג דאס בייכל.
ט. די זאכן וואס מען עסט זיי נישט אומגעשוואנקען, טאר מען זיי אום שבת ניט אפּשווענקען. נאר אייצוווייקן אן הערינג, ווייל ער איז צו שטארק געזאלצן מעג מען.
י. אין חריין אויך אנדערע זאכן וואס מען טוט אריין עסיק, טאר מען אום שבת נישט אריינטוען קיין עסיק, סיידן מען גיסט פריער דעם עסיק, און דער נאך טוט מען אריין דעם חריין. אויך מוז עס זיין שטאק שיטער.
יא. מען טאר אום שבת נישט אפּבייסן קיין פירות פון א בוים. אויך די פירות וואס זענען אפּגעריסן געווארן אום שבת אפילו דורך א גוי, אעדר דיא פירות וואס פאלן פון זיך אליין אראפּ פון בוים אום שבת, טאר מען זיי נישט רירן אום שבת מכל שכן עסן:
יב. פארטרוקענע שויטן טאר מען אום שבת נישט עפענען ארויסצונעעמן די ארבעס. און פרישע ניס טאר מען נישט עפענען דיא גרינע שאָל (= שאָלעכץ) פון אויבן. און צעשפּרייטע פרוכטן טאר מען זיי נישט צוזאמען נעמען אין איין קויבער (= קוישל) אריין:
יג. איין אשה טאר זיך נישט אפּמעלקן דיא בריסט (= ציצן) אין א זאך אריין אום שבת. אויך נישט ארויף שפּריצן מיט דעם מילך פון די בריסט אויף א זאך לרפואה. און מען טאר נישט אויסנאגן (= סמאָטשקען) קיין וויינטרויבן, און אוועק ווארפן דיא שאָּלן (= שאָלעכצער):
יד. מען טאר נישט אראפּקלויבן (= אויסקלייבן) די סמעטענע אום שבת, סיידן אזוי וויפל ער דארף יעצט עסן. מוז ער אויך אביסל סמעטענע אויף דעם זויער מילף איבער לאזן. מען טאר אויך נישט אויסקלויבן ווערעמדיקע אדער שלעכטע זאכן פון כשרע (= גוטע), ער מעג נאר אויסקלויבן די גוטע וואס ער וויל יעצט עסן. דאס אייגענע (= זעלבע זאך) אויך ווען א יאנדרע (= קערל) פון א ניס פאלט אריין צווישן שאלן פון נוס, זאל מען נישט אוועקקלויבן די שאלן, נאר ארויסקלויבן די יאנדרע. מען מוז אבער היטן דאס מען זאל די שאלן נישט אנרירן דען זיי זענען מוקצה:
טו. מען טאר נישט אויפבּרעכן דאס אייז פון א ברונעם אדער פון א טייך אפילו צוליב וואסער שעפּן. אבער פון א כלי מעג מען אויפבּרעכן דאס אייז צו נעמען פון דעם כלי דאס וואסער וואס איז אונטרן אייז:
טז. מען טאר נישט זײַען קיין שום משקה, אבער טרינקען דורך א זאך מעג מען. נאר נישט דורך דעם ארבּל פון העמד:
יז. מען טאר נישט אפּלײַטערן קאווע, סיידן מען לאזט אביסל ריינע קאווע אויף דעם אפּשטייעכץ.
יח. ווען עס פאלט אריין אין א מאכל אפליג אדער אן אנדער זאך, מוז מען מיט דער פליג ארויסנעמען אבּיסל פון דעם מאכל, נישט בּלויז די פליג אליין:
יט. מען טאר נישט צעשטויסן מיט א שטייסל קיין פעפער אדער אנדעדע זאכן, נאר מיט א שטאָל[5] פון א מעסער, אדער פון אן אנדער זאך וואס איז נישט געמאכט צום שטויסן מעג מען, אויף צוליב דעם מאכל וואס מען דארף יעצט צו עסן.
כ. ווען מען מאכט עפּעס א פּאָטראַווע (= געקעכץ = תבשיל, מאכל) וואס מעג מען מאכן אום שבת, למשל, הערינג-סאלאט, טאר מען עס נישט אויסגלייכן און באשיינען, (און) פארגלעטן פון אויבן, עס זאל זיין גליין און שיין.
כא. מען טאר נישט באשיטן מיט זאלץ אזעלכע זאכן וואס דדאס זאלץ טוט א פעולה. למשל, רויע אוגערקעס, רעטעך, ציבעלעס, נאר מוז איינטונקען שטיקלעכוייז אין זאלץ.
כב. מען טאר נישט אפּוואשן די כלים, נאר וואס מען דארף שבת צום עסן.
כג. מען טאר זיך נישט אפּווישן מיט קיין שוואם (= לעשער), דען ער קוועטשט ארויס דאס וואסער. אזוי אויך טאר מען נישט אפּווישן אדער וואשן א נאסע זאך מיט א בגד וואס ער ווערט אים דער נאך זיין א שאד ווארום עס איז נאס, קען ער נאך פארגעסן און אויסדרענגען (= אויספּרעסן) דאס בגד.
כד. פאררעגענטע בגדים טאר מען נישט אפּשאקלן דעם רעגן, מען טאר זיי אויך ניט אויסשפּרייטן צום טריקענען.
כה. מען טאר נישט שפּייען אויף אזוי אן ארט וואו דער ווינט וועט פאנאנדערטראגן דאס שפּייעכץ.
כו. מען מעג רופן אן אינו יהודי אונטערצוהייצן דעם אויוון. איבער דעם ווייל עס איז קאלט, אבער נישט צוליב די עסענס אנצוווארעמען. נאר ווען דער א"י הייצט איין צוליב דיא קעלט, דען קען מען ארויפשטעלן עסענס אנצוווארעמען, נאר איידער ער הייצט איין, נישט דער נאך.
כז. מען טאר זיך נישט קעמען אדער צו פלעכטן, און אויפפלעכטן די האר אום שבת.
כח. מען טאר נישט אויסרייבן בגדים פון פארטרוקענטע בלאטע, אבער ווען די בלאטע איז נאך נאס מעג ער זי אראפּקרייצן.
כט. מען טאר נישט אריינציען קיין שנורעוואדלע (= שוך בענדל), סיידן אין אן אלטן שוך, און עס גייט לייכט אליין.
ל. מען טאר נישט צוויי מאל צו קניפּן אדער אויפקניפּן אזוי איין זאך וואס איז צוויי מאל צוגעקניפּט. ווען עס איז אבער מיט איין שלייף מעג מען.
לא. מ'טאר נישט ארוייסנעמען קיין פאסטריגעס (= צוויי גענייטע זאכן). מען טאר אויך נישט פאנגען קיין שום לעבעדיקע זאך, סיידן זי איז אויף זיין גוף, און בייסט אים. אבער הארגענען טאר מען קיין שום לעבעדיקע זאך נישט, חוץ די כנים וואס ער געפינט אין קאפּ, אדער אויף דעם בלויזן לייב.
לב. מ'טאר נישט אפּשווענקען קיין פלייש דאס עס זאל נישט ווערן עובר, נאר דורך אן א"י מעג מען.
לג. ווען עס איז פארגאסן אביסל משקה אויף דעם טיש, טאר מען אפילו מיט דעם פינגער נישט שרייבן אדער מאכן א געמעלעכץ (= געמעל = מאלעריי = בילד). דאס זעלבע אויך אויף דעם פּראסט פון דעם פענסטער.
לד. א בוים וואס דער ווארצל איז באהעפט אין דער ערד, טאר מען אויף אים נישט טאן קיין שום זאך. מען טאר נישט ארויפקריכן, אדער עפּעס אויפהענגען, אדער אנשפּארן א זאך אויף אים.
לה. מען טאר נישט אויסקערן קיין שטוב, סיידן מיט א פלעדערוויש (= פעדערבעזעם). מען טאר אויך נישט אנציען א זייגערל אפילו בעת ווען עס גייט.
לו. א טיר פון א קאסטן אדער פון א קעלער, ווען עס איז אפּגעבראכן די זאוויאסעס (= אקסלען), דאס מען לייגט זי גלאט ארויף, טאר מען זי אום שבת ניט אראפּנמען און נישט ארויפלייגן.
לז. מען וטאר נישט אויפבעטן די בעט צוליב שבת צונאכט צו שלאפן דערינען.
לח. מען טאר ניט מעלקן די קי אום שבת, סיידן דורך אן א"י.
לט. דער כלל איז: אלע מאכלים וואס מען דארף שיילן, רייבן, שניידן, שטויסן, זאל מען דאס מאכן דורף א שינוי (פארענדרונג), נישט באופן פון דער וואכן. אויך נאר וואס ער דארף יעצט צו עסן, נישט צו באהאלטן אויף שפּעטער.
מ. מען טאר קיין זאך נישט איבערזופּן. אויך זיך נישט באדן אין א ווארעמער וואנע. אויך נישט אויסשמירן אדער פּוצן די שיך, אדער די שטיוול.
מא. שבת טאר מען נישט לויפן, סיידן וועגן א מצוה. טאר אויך נישט גיין מיין (= מער) ווי צוויי טויזנט איילן אונטער דער שטאט.
מב. מען טאר נישט טראגן קיין פּאראַסאָל (= שירעם). אויך נישט אריינשטעלן אדער ארויסנעמען די טירן אדער די פענצטערס.
מג. צוקער געבעקס אדער קיכלעך ווען עס איז דערויף געמעלעכצער (= געמעלן = מאלערייען) אדער אותיות מיט פארבן, טאר מען זיי נישט צעברעכן. מען טאר אויך נישט אויפברעכן די חתימה אדער אויפרייסן א קאנווערט פון א בריוו אפילו דורך א"י, סיידן דער א"י ווייסט שוין פריער דאס אליין צו טאן.
מד. מען טאר נישט אום שבת נישט שווימען.
מה. מען טאר אום שבת נישט אויסמישן קיין קלײַען מיט וואסער צוליב די בהמות.
מו. מען טאר נישט מעסטן קיין שום זאך אפילו פאר בהמות, נאר ער זאל זיין געבן און א מאס וויפל ער איז זיך משער.
מז. שבת טאר מען נישט קיין חלה נעמען. נאר אז מען פארגעסט פרייטיק צו נעמען חלה, זאל מען איבערלאזן פון יעדער חלה א שטיקל, דאס מוצאי שבת זאל מען נעמען פון די שטיקלעל חלה כשיעור, אויך דאס עס זאל עפּעס איבערבלייבן.
מח. מען טאר נישט אפּקראצן מיט א מעסער די בלאטע אדער צואה פון די פיס אדער פון די שטיוול, אויך נישט מיט די אייזנס וואס זענען ביי גרויסע לייט געמאכט צוליב אפּצוקראצן די שטיוול, אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) זיי זענען שארף, אבער מיט אנדערע זאכן מעג מען.
מט. מען טאר זיך נישט פארבן דאס פנים. אויך אזוי באלד די הענט זענען אייגעריכט (= שמוציק) פון א זאפט פון א פּרי וואס נישט א קאליר, אפילו די קאליר גייט אפּ, אויך ווען זיי זענען אייגעריכט (= שמוציק) מיט בלוט, זאל מען נישט אפּווישן מיט א בגד אדער א טיכל.
נ. מען טאר נישט מעסטן אום שבת. נאר מעג מען זאגן: גיב מיר אן, די כלי פול, אדער ביז צו דעם צייכן, און נאך שבת וועלן מער איבערמעסטן די כלי.
נא. מען טאר אום שבת נישט גלייך איינוויקלען (= צוזאמענלייגן) א בגד אדער א טלית, סיידן ווען דער טלית איז נאר אויף שבת. (און ער דארף ניצן דעם טלית שפּעטער אין שבת, עיין סימן ש"ב ג' די פרטים)
נב. ווען עס איז נישט דא אין שטאט אדער אין דעם דארף קיין עירוב, טאר מען דארט נישט טראגן קיין שום זאך אדער פון שטוב אדער פון הויף אויף דער גאס ארויס. ווען אויך אפילו מען טראגט די זאך נישט מיט דער האנט נאר אויף זיך, נאר דאס איז אזא בגד וואס ער מיינט נישט צו גיין, דען עס איז נישט פּאסיק אויף אים, נאר זיין כוונה איז עס איז טראגן בזה האופן, אדער אזא צירונג וואס מען גייט עס נישט פון אויבן דאס מען זעט עס נישט אן פאר קיין צירונג, למשל א זייגערל דאס עס ליגט דאך אין דער טאש, אדער צו טראגן א קינד אויף דער האנט, אדער גלאט מטלטל זיין אין דרויסן א זאך פיר איילן, טאר מען נישט.
נג. א גארטן אדער א סאד וואס האלט קוואדראטישע איילן אן ערך מיין (= מער) פון צוויי טויזנט פינף הונדערט און צוועלף א האלבע אייל, איז דער דין: דאס כאטש עס איז דא ארום ווענט טאר מען פארט נישט טראגן אין אים, אויך נישט מטלטל זיין אין אים קיין פיר איילן.
נד. ווען עס ברענט חלילה אום שבת, איז דער דין: דאס יעדער ישראל מעג לעשן דאמיט (= דערמיט) עס זאל חלילה נישט קומען צו סכנת נפשות[6].
נה. מיט דער ארויסראטעווען די זאכן איז דער דין: דאס אין דעם אייגענעם הויז ווי דאס פייער איז, מעג מען ראטעווען אלע נייטיקע כלים, אויך עסנווארג וואס מען דארף אויף דעם שבת, סיי פאר מענטשן סיי פאר בהמות. און ווען עס ליגט אין איין קויבער א סאך מאכלים, דארף ער נישט ארויסנעמען דווקא וואס מען דארף אויף שבת[7], נאר ער מעג שוין אין איין ווענס נעמען דעם גאנצן קויבער. ער מעג אויך זאגן דאס ער איז מפקיר אלע מאכלים וואס עס בלייבט איבער, דאס ווער עס וויל זאל גיין ראטעווען און נעמען פאר זיך. און באופן זה מעגן פרעמדע אויך זיך נמען וואס ער דארף לשבת, כאשט דער נאך שענקט ער עס צוריק צו דעם נשרף, נאר באופן צו טראגן זיי אויף דעם ארט וואס מען מעג דארט טראגן אום שבת[8]. און קליידער מיט זאכן וואס ער קען זיי אנטאן, מעג ער אויך אנדערע מענטשן אלע מינוט אנטאן פרישע בגדים און זיי אנידערלייגן אפילן אין מיטן מארק. אויך ספרים מעג מען ארויסראטעווען און טראגן אפילו אויף די ערטער וואו עס איז נישט דא קיין עירוב, און אפילו דאס אין דעם קאסטן פון ספרים ליגט אויך געלט. אבער די אנדערע הייזער וואס ווילן זיך ראטעווען איידער דאס פייער ברענט ביי זיי, מעג מען אלצדינג ארויסראטעווען[9], נאר אויף די ערטער וואס מען מען אום שבת טראגן.
נו. נישט צוליב א מצוה טאר מען אום (= אין) שבת נישט לויפן. מען טאר אויך נישט גיין ווייטער פון צוויי טויזנט איילן. די צוויי טויזט איילן הייבן זיך אן אונטער דער שטאט. און מען קיין לייגן אן עירוב פרייטיק ביי די ערשטע צוויי טויזנט איילן, דאס ער זאל אום שבת מעגן אויף דעם ארט גיין פיר טויזנט איילן. נאר ווי אזוי דאס מעסטן פון די איילן זאל צוגיין, אויך דער נוסח פון דעם עירוב, זאל מען אויף זיך אליין נישט שטעלן נאר פרגן א שאלת חכם, דען עס איז דא כמה דינים אין דעם. נאר דער כלל דארף מען וויסן דאס אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) מען לייגט אויף איין זייט תחום, למשל אויף מזרח זייט אן עירוב, טאר מען שוין אויף מערב, דרום, צפון זייט פון שטאט נישט גיין קיין פיר איילן אונטער דער שטאט, אדער אונער דעם דארף.
נז. אויף דעם ארט וואו דער מענטש טאר נישט טראגן, טאר ער אפילו נישט לאזן זיין בהמה טראגן א שום משא וואס איז נישט צוליב דער היטונג פון דער בהמה, דאס זי זאל נישט אנטלויפן אדער צוליב דעם דאס די בהמה זאל זיך נישט פארקילן, אבער ווען די בהמה איז נישט געוואוינט צו אנטלויפן אויך ווען עס איז נישט דא חושש צו זיין דאס זי וועט זיך פארקילן, טאר מען נישט אפילו א שטריקל ארויפלייגן אויף איר, אויף די ערטער וואס איז נישט קיין עירוב.
נח. מען טאר נישט ציען ביי קיין גלאקן שנור (= שטריק) אום (= אין) שבת, אפילו א בהמה טאר מען אום שבת נישט לאזן גיין אין קיין גלעקל. נאר אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) דאס גלעקל איז פארשטאפּט דאס עס קלינגט נישט, מעג מען גיין דערמיט, נאר אויף די ערטער וואס מען מעג טראגן.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ קיצור שולחן ערוך.
- ↑ קיצור שולחן ערוך.
- ↑ קיצור שולחן ערוך.
- ↑ קיצור שולחן ערוך.
- ↑ שטאל: איז א סארט מעטאל וואס הייסט אין לשון הקודש פּלדה, און מסתמא די מעסערס אין זיין צייט געווען פון שטאל. און ער מיינט צו זאגן מיט דעם שארף פון דעם מעסער.
- ↑ דהיינו אז עס איז דא א חשש פיקוח נפש פון א ייד (קיצור שולחן ערוך).
- ↑ און ער מעג ראטעווען נאר די זאכן און נישט אנדערע זאכן כאטש זיי זענען מותר בטלטול, ווייל מתוך שבהול על ממונו, ער זי צעטומעלט וועגן זיין פארמעגן, האט מען אים באגרענעצט אז ער קען ראטעווען נאר וואס דארף ער אויף שבת (קיצור שולחן ערוך).
- ↑ דהיינו סיי די זאכן וואס דער בעל הבית מעג ראטעוועט און סיי וואס אנדערע מעגן ראטעווען פון זיין שטוב, מעגן זיי נאר אויף דעם ארט וואס מען מעג דארט טראגן אום שבת (קיצור שולחן ערוך).
- ↑ ווייל בי זיי נישטא קיין בהול על ממונות אזוי פיל, ווייל די דליקה נאך נישט גקומען צו זיי, דעריבער חז"ל האבן מתיר געווען אלצדינג צו ראטעווען (קיצור שולחן ערוך). און איז משמע פון אים אז אפילו זאכן וואס טאר נישט טראגן אין שבת מעג מען ראטעווען. און אין קיצור ברענג אין דעם מחלוקת.