קיצור שו"ע עברי טייטש סימן עז
מפתחות - סימן עב ערב שבת - סימן עג ווארעמען עסן אין שבת- סימן עד אמירה לגוי ערב שבת - סימן עה ליכט בענטשן - סימן עו דאווענען - סימן עז קידוש - סימן עח סעודות שבת - סימן עט ל"ט מלאכות - סימן פ מוקצה - סימן פא עירוב חצירות - סימן פב הבדלה - סימן פג קידוש לבנה
(גשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)
סימן עז דינים פון קידוש. אנטהאלט זיבן סעיפים.
א. עס איז א מצות עשה מן התורה מקדש צו זיין דעם שבת מיט רייד. האבן די חכמים געמאכט דאס מען זאל קידוש מאכן פאר דעם עסן איבער א כוס וויין, מעג זיין ראזינקע (= ראזשינקע) וויין וואס האט געווייקט דריי מעת לעת. און ווען מען האט נישט קיין וויין, זאל מען מאכן איבער די חלות, נאר דער קידוש פון דער פרי מעג ער ענדערש[1] (= אנדערש) מאכן איבער בראנפן, ווען ער האט הנאה איידער איבער די חלות.
ב. ווייבער זענען אויך מחויב בקידוש, איבער דעם זענען זיי מחויב גוט אויסצוהערן דעם קידוש, און נישט מפסיק צו זיין אין מיטן, אפילו צו ענטפערן ברוך הוא וברוך שמו אויך נישט, נאר אמן נאך דער ברכה פון קידוש מוזן זיי זאגן. אויך ווען די מאנען זענען נישט אין דער היים, איז גלייכער (= געהעריקער) דאס זיי זאלן אליין מאכן קידוש, איידער צו הערן פון אן יינגל, אפילו ער איז שוין אלט דרייצן יאר, סיידן ער איז שוין א דערוואקסענער מענשט.
ג. דער כוס פון קידוש מוז זיין גאנץ נישט אויסגעשטשערבט (פּגום) און נישט קיין שפּאלט, אויך נישט דאס פיסל אפּגעבראכן. ער מוז אויך זיין ריין, און מען מוז אים פול אנגיסן.
ד. ווען מען מאכט קידוש איבער וויין אדער משקה, מוזן די חלות ליגן צוגעדערט. און פאר דעם קידוש טא רמען נישט טועם זיין.
ה. דער כוס פון קידוש זאל האלטן א רביעית, און ער מוז אויסטרינקען א רוב כוס מיט א מאל. אויך וועט ער מאכט קידוש איבער בראנפן.
ו. קידוש מוז מען מאכן אויף דעם ארט ווי מען עסט, אויך זאל מען תיכף נעמען עסן. אבער ווען ער מאכט קידוש אין דער שטוב און גייט עסן אין דער א צווייטער שטוב, אדער ער האט נישט אין זינען געהאט תיכף נאך דער קידוש צו עסן, איז ער נישט יוצא. נאר אז ער וויל יוצא זיין ידי קידוש און דערווייל נאך נישט עסן, זאל ער אויסטרינקען א רביעת, און פארבייסן א כזית פון מיני מזונות, אדער טרינקען נאך א רביעת וויין, דאן זאל ער מאכן די ברכה מען שלש, און איז יוצא. אבער אויף דעם אופן וואס מען איז נישט יוצא בקידוש, טאר מען אפילו פון דעם כוס של קידוש אויך נישט טועם זיין.
ז. אויב ער האט פארגעסן צו מאכן קידוש, מאכט ער קידוש אום (= אין) שבת וועט ער דערמאנט זיך, נאר ער זאל עפּעס נאך דעם קידוש עסן. ווען ער האט זיך אבער תיכף נאך וואשן פאר דעם המוציא דערמאנט דאס ער האט נישט געמאכט קיין קידוש, מוז ער מאכן דעם קידוש איבער די חלות, נישט איבער קיין אנדערע זאך.
הערות שוליים
[רעדאַקטירן]- ↑ אינעווייניק שטייט ענדער, אבער עס זעט אויס א טעות, און עס דארף שטיין ענדערש.