שוין ווידער ניחא

פֿון װיקיביבליאָטעק
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


שוין ווידער ניחא (יאר - 1904)


אלץ איז ניחא,

אין די יארן פון דער יוגנט,

מיט דעם תירוץ פון אמונה,

האט מיין מח זיך באגנוגענט...


איצט איז ווידער מיר ניחא,

כ'גלויב נישט מער און פרעג נישט שאלות,

כ'זוך נישט מער אין לעבן פעלערס,

און דערווארט נישט מער קיין מעלות...