לדלג לתוכן

און איך אליין

פֿון װיקיביבליאָטעק

פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


און איך אליין (יאר: 1907)


אפט פרעג איך: אין דער תפיסה וואו איך שמאכט...

און ציטער דאך צו ווערן פריי געמאכט –

וויפל נאך וועלן זיין ווי איך פארשפּארט,

וויפל שוין האבן איידער מיר פארבראכט...


און זוכעניש געפינט מיין אויג ארום,

סמנים אויסגעקריצטע אויף דער וואנט,

א שורה דא און דארט א ווארט א שטריך –

ירושות נאכגעלאזט פון טויטע הענט...


און כ'קלער ווי לאנג, ווי שווער האט איטלעכער,

געמיט זיך איבער יעדן קליינעם שטריך,

אום אויף דעם קאלטן שטיין א זכר, מיר

און אנדערע צו לאזן הינטער זיך...


און איך אליין? – אין קריץ מיין נאמען אויך

מיט פינגער פון מיין אייגענעם בלוט פארטיפט,

און נאר און טרייסט זיך טאמער איינעמ'ס אויג,

וועט ווען-ס'איז פאלן אויף מיין

אונטערשריפט...