פארלארענע מתנות

פֿון װיקיביבליאָטעק

פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


פארלארענע אמונות (יאר: 1905)


אוואו איז דער ברונעם פון יוגנט,

וואס פלעגט זיך נישט אויסשעפן טרוקען? –

ווען, קוים פלעגט איין אפגאט פארשווינדן,

שוין פלגעט איך צום צווייטן זיך בוקן?


באלד פלעג איך צו נאכט-אויגן גליען,

באלד קניען צו אויגן-סאפירן,

באלד פלעגן מיר וועלדער און וואלקנס,

באלד קוואלן און שטראלן פארפירן...


און האב אין מיין גלויבן אין אויגן,

מיין אפגאט פון ליבע פארלוירן,

און זיינען די בערג און די פעלדער,

מיר וואכעדיק-נמאס געווארן –


אידיאל איז די מענטשהייט געווארן,

און צוקונפט – דער הייליקער גלויבן,

ביז גיפטיקע קאלטע דערפארונג,

דאס לעטצע קומען אין רויבן...


איז איצטער דער שפיל שוין געענדיקט,

נישט מער קיין אמונה געגבליבן? –

זאג פריינד מיר, געפינט זיך נישט ערגעץ

אן אפגאט צו גלויבן און ליבן?...