לדלג לתוכן

וויל און מוז

פֿון װיקיביבליאָטעק

פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע


וויל און מוז (יאר: 1907)


איך האב געהויבן וואלקן-הויך מיין שטאלצן קאפ,

און האב זיך גאוה'דיק גערעכענט פאר א גאט,

אין בין געשטאנען אין דעם שיקלאז'ס ווירבל-ווינט,

א רוהיק פעסער אקס אין שטורעמדיקן ראד...


אין בין געוועזן איבער נויט-געזעץ,

וואס קעניגט מיט געוואלד אויף הימל און ערד,

וואס טרייבט די זונען מיט פייער-בייטשן דורך איר קרייז,

און אויף דעם הימל'ס צירק יאגט אום די שטערן-פעלד;


וואס דריקט אויף יעדן קליינעם פעדימל פון גראז,

און איז דעם טויזנט-יאריקן צעדערבוימ'ס טיראן,

וואס שלענגעלט זיך אין בליץ, און ברילט און דונער-קנאל,

וואס פליסט אין טראפן טוי, און שטארמט אין אקעאן...


דען איך – איך איינער צווישן זיי געבעבן בין פריי,

געמוזט ארום האט אלצדיג, איך בלויז האב געוועלט,

געשען ארום איז אלצדיג, אין בלויז האב געטאן –

איך בין געווען אליין דער מושל פון מיין וועלט...


און כ'האב גערימט מיין פרייהייט, פרייע מאכט פון "איך",

ביז אויפגעעפענט האט זיך מיין פארבלענדעטער בליק,

און כ'האב דערזען ארום די פיסעלע פון מיין טראן,

זיך פלעכטענדיק פארבארגן, יענע סאמע שטריק,


וואס בינדן זאמד און גראז, און בוים, און בארג, און טייך...

און איך – א קליין פיגורכל אין דעם וועסטן שפיל –

טאנץ אום, געצויגן פון דער זעלבער בלינדער קייט,

וואס אומעטום איז מוז, און איך רוף כלומרשט וויל...