דאס מעכטיגסטע
פּראָלאָג - - דער גבול - - פון ליפ צו ליפ - - שוין ווידער ניחא - - שכל במקום גאט - - פארלארענע מתנות - - גאט-זוכעניש - - א לעבענס – שיפל - - וויל און מוז - - און איך אליין - - דאס מעכטיגסטע - - ביי טויער פון לעבן - - די נייע געטער - - שיקזאל
צוריק צו יהואש לידער און פּראזע
דאס מעכטיגסטע (יאר: 1907)
דו האסט געזען דעם ים-אוקינוס גרויסע מאכט,
וואס שפילט זיך מיט דעם שטאל-געפּנצערטן אקרענט,
דו האסט געזען דעם אוואלאניש וואס האט צוקראכט,
און איין מאטענט דאס ווערק פון טויזנט מענטשן-הענט;
דו האסט געזען דעם קראטער וואס שפייט אויס זיין גאל
פון גלוטיק געלער לאווע, איבער פעלד און וואלד,
געהערט דאס בארג-געוויטער וואס א דונער-קנאל,
די טויזנט-דורות אלטע פעלזנשפיצן שפאלט;
דו האסט געזען, געהערט, און פול מיט שרעק, פארגאפט,
געשטאנען ביסטו און באוואונדערט אין דער שטיל,
און זיי באוויזן האט זיך דער די העכסטע קראפט –
דאך ווייסטו וואס פון זיי איז שטארקער, גרעסער פיל?
דער גראער שטיל ראסט וואס פארבט דעם פיראמיד,
וואס אומבאמערקט אטאמען-ווייז זיך קלייבט און מער,
וואס ליארעמט קיינמאל נישט, און קיינמאל ווערט נישט מיד,
וואס ווארט אן אייביקייט און סוף-כל-סוף צעשטערט...